אַ קריזיס אין שטעטל, נוסח וווּדי אַלען

A Crisis in the Shtetl, According to Woody Allen

וווּדי אַלען, ווידער אַמאָל אין דער הויפּט־ראָלע אין „אַ קריזיס אין זעקס סצענעס‟
וווּדי אַלען, ווידער אַמאָל אין דער הויפּט־ראָלע אין „אַ קריזיס אין זעקס סצענעס‟

פֿון עדי מהלאל

Published October 09, 2016, issue of October 26, 2016.

סוף־ספּעטעמבער איז סוף־כּל־סוף אַרויס די נײַע פֿאָרויסגעזעענע דראַמע־סעריע פֿון וווּדי אַלען, Crisis in Six Scenes [אַ קריזיס אין זעקס סצענעס]. אויף יעדן אינטערוויו, וואָס אַלען האָט געגעבן לכּבֿוד דעם, האָט ער זיך באַקלאָגט וואָס פֿאַראַ טעות איז די גאַנצע זאַך געווען. וויפֿל מי און וויפֿל האָרעוואַניע האָט ער אַרײַנגעלייגט אינעם שאַפֿן אַ דראַמע-סעריע אַנטקעגן אַ פֿילם, וואָס מיט דעם האָט ער אַ סך מער דערפֿאַרונג. אָבער ער האָט די פּראָדוצירערס בײַ „אַמאַזאָן־סטודיאָס‟ שוין געהאַט געגעבן זײַן הסכּמה, האָט ער נישט געקענט אָפּשטעלן דעם פּראָיעקט אין מיטן.

אַלענס לעצטער פֿילם Café Society [קאַווע־הויז חבֿרה] איז אַליין געווען אַ שטיקל קריזיס אין מײַנע אויגן. די דראַמאַטישע סצענעס זענען דאָרט ווײַט נישט געפֿלאָסן, און דער הומאָר איז געווען פֿאַרטריקנט און אַלט־געבאַקן. ס’איז מיר צום ערשטן מאָל קלאָר געוואָרן ווי שווער ס׳איז געוואָרן צו פֿאַרטיידיקן אַלענס לעצטע פֿילמען. דער סיפּור־המעשׂה פֿון יענעם פֿילם איז פֿאָרגעקומען אין ניו־יאָרק און לאָס־אַנדזשעלעס אין די 1930ער יאָרן, אַ תּקופֿה וואָס דער 80־יעריקער אַלען קען מער פֿון קולטורעלע פּראָדוקציעס, ווי פֿון דער פּערזענלעכער איבערלעבונג.

„אַ קריזיס אין זעקס סצענעס‟ קומט פֿאָר אין די 60ער יאָרן — אַ תּקופֿה וואָס אַלען האָט אַליין דורכגעלעבט — אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון ניו־יאָרק, אַ פּנים וועסטשעסטער, אינעם גרויסן, פֿאַרמעגלעכן הויז פֿון אַן עלטערן פּאָרפֿאָלק — סידני דזשיי מאַנסינגער, אַ דורכגעפֿאַלענער מחבר וואָס מאַכט זײַן פֿאַרדינסט אין רעזשיסירן טעלעוויזיע־רעקלאַמעס, און זײַן ווײַב קיי (אַ פּסיכאָלאָג). אין מיטן דערינען דרינגט זיך אַרײַן קייס אַ ווײַטע קרובֿטע, די יונגע ראַדיקאַלע אַקטיוויסטקע, לעני דייל.

דייל, אַנטלויפֿנדיק פֿון דער פּאָליציי און דעם FBI, וויל זיך באַהאַלטן בײַ די מאַנסינגערס אויף אַ פּאָר טעג, נאָכן אַרײַנלייגן אַ באָמבע אין פּראָטעסט קעגן דער מלחמה אין וויעטנאַם. די קאָמעדיע פֿאַרלאָזט זיך דאָ צום אַלעם ערשטן אויף די אַקטיאָרן און זייערע געשטאַלטן. אַלען, נאָך אַ פּאָר יאָר הפֿסקה, איז צוריק אין שפּילן די הויפּט־ראָלע (סידני). סידני איז דער קלאַסישער וווּדי אַלען טיפּ: דער היפּאָכאָנדריקער, אַ נעבעכדיקער און נעווראָטישער ניו־יאָרקער ייִד. מען קען זאָגן אַז קיינער שפּילט נישט אָט די ראָלע ווי אַלען אַליין, נישט געקוקט אויף די פֿילע פּרוּוון פֿון ייִנגערע אַקטיאָרן אין אַלענס פֿילמען, ווי דזשעסי אײַזענבערג אין „קאַווע־הויז חבֿרה‟. סידניס וויצן, אַרויסגעזאָגט דורך אַלען, אַרבעטן פּשוט בעסער; למשל, אין דער סצענע וווּ דער באמת געזונטער סידני פּרוּווט דעם דאָקטאָר איבעררעדן אַז ער איז מסוכּן־קראַנק. הגם ס’איז שוין מער ווי איין מאָל געמאַכט, איז עס פֿאָרט קאָמיש.

די צווייטע גרויסע מעלה, וואָס שײך די אַקטיאָרן, ליגט אין דעם אַז דיילס געשטאַלט ווערט געשפּילט דורך מײַלי סײַרוס. אַלען האָט פֿון אָנהייב אָן געהאַט סײַרוסן אין זינען ווען ער האָט געשאַפֿן דיילס כאַריזמאַטיש און רייצנדיק געשטאַלט, און סײַרוס אַנטוישט נישט. אירע טרעפֿונגען מיט סידנין שאַפֿן פֿײַנע קאָמישע סצענעס, וווּ מע קען לײַכט דערקענען, אַז ביידע פֿאַרטראָגן נישט איינער דעם אַנדערן. למשל, ווען סידני קאָנפֿראָנטירט זי, זאָגט זי: „נישט דיך האָב איך פֿײַנט, נאָר אַלצדינג וואָס דו רעפּרעזענטירסט…‟

די דריטע מעלה פֿון דער סעריע ליגט אין איר פּאָליטישער שײכדיקייט. זי שטעלט פּנים־אל־פּנים די בירגעכלעכע ליבעראַלן, וואָס האָבן ליב צו רעדן וועגן פּראָגרעסיווע צוועקן בעת זיי וווינען אַליין אין באַקוועמע הײַזער מיט לוקסוסדיקע סאָפֿעס, אָבער פֿאַקטיש זענען זיי לכל־היותר גרייט צו גיין שטימען אין די וואַלן און בײַצוטראָגן געלט פֿאַר צדקה־צוועקן. אַנטקעגן זיי ווערט געשטעלט די יונגע בונטאַרקע, וואָס איז גרייט „צו צעברעכן אַ פּאָר אייער‟ כּדי צו פֿאַרווירקלעכן אירע אידעאַלן. זי באַכּוחט די זאַטע פֿאָרשטאָטישע סבֿיבֿה, ביז דער גרויסער באַלאַגאַן דערגרייכט זײַן הויכפּונקט.

וווּדי אַלען רעזשיסירט מײַלי סײַרוס, אין דער ראָלע פֿון דער „היפּי‟־בונטאַרקע
וווּדי אַלען רעזשיסירט מײַלי סײַרוס, אין דער ראָלע פֿון דער „היפּי‟־בונטאַרקע

אפֿשר די סאַמע קאָמישע סצענעס קומען פֿאָר ווען קיי ברענגט די רשימה ביכער, וואָס דייל האָט רעקאָמענדירט, צו איר ביכערקלוב. ווי סידני זאָגט דיילן: „איר ביכערקלוב זיצט דאָרט, און אויב איינע פֿון די יענטעס זעט דיך, איז אַלץ פֿאַרפֿאַלן.‟ די דאָזיקע „יענטעס‟ (סידני ניצט דאָ דאָס ייִדישע וואָרט) הייבן אָן לייענען מאַרקס, מאַו צע־טונג, לענין, און ביסלעכווײַז ווערן זיי ראַדיקאַליזירט.

„למאַי זאָלן מיר שיקן אונדזערע אייניקלעך און זין צו הרגענען אַזיאַטישע מענער און פֿרויען בלויז כּדי צופֿרידנצושטעלן די עקאָנאָמישע גלוסטונגען פֿון איינעם אַ גבֿיר?‟ פֿרעגט קיי איר גרופּע אַלטע פֿרויען. „מיר דאַרפֿן גיין אין שטאָט אַרײַן און זיך אַנטקעגנשטעלן דעם אָרטיקן מיליטער־אַמט!‟

„איך שטיץ דאָס!‟ רופֿט אויס איין פֿרוי. „ווען פֿאָרן מיר?‟

פֿרעגט אַ צווייטע: „אפֿשר דעם קומענדיקן שבת?‟

„ניין, איך קען נישט, מיר האָבן אַ בר־מיצווה.‟

„מאָנטיק?‟

„יאָ, מאָנטיק איז גוט…‟

אין „אַ קריזיס אין זעקס סצענעס‟ האָט אַלען געשאַפֿן אַ פֿײַנע קאָמיש־דראַמע, מיט אַ טעאַטראַלישער קוואַליטעט, וואָס דערמאָנט אַ ביסל דעם סטיל פֿון ניל סײַמאָן. ער האָט אפֿשר חרטה אַז ער האָט מסכּים געווען צו שאַפֿן אַ סעריע, אָבער די צוקוקערס וועלן זײַן צופֿרידן אַז די פֿאַרעקשנטע פּראָדוצירערס האָבן מצליח געווען אים צו רעקרוטירן.