אַ קריזיס אין שטעטל, נוסח וווּדי אַלען

A Crisis in the Shtetl, According to Woody Allen

וווּדי אַלען, ווידער אַמאָל אין דער הויפּט־ראָלע אין „אַ קריזיס אין זעקס סצענעס‟
וווּדי אַלען, ווידער אַמאָל אין דער הויפּט־ראָלע אין „אַ קריזיס אין זעקס סצענעס‟

פֿון עדי מהלאל

Published October 09, 2016, issue of October 26, 2016.

סוף־ספּעטעמבער איז סוף־כּל־סוף אַרויס די נײַע פֿאָרויסגעזעענע דראַמע־סעריע פֿון וווּדי אַלען, Crisis in Six Scenes [אַ קריזיס אין זעקס סצענעס]. אויף יעדן אינטערוויו, וואָס אַלען האָט געגעבן לכּבֿוד דעם, האָט ער זיך באַקלאָגט וואָס פֿאַראַ טעות איז די גאַנצע זאַך געווען. וויפֿל מי און וויפֿל האָרעוואַניע האָט ער אַרײַנגעלייגט אינעם שאַפֿן אַ דראַמע-סעריע אַנטקעגן אַ פֿילם, וואָס מיט דעם האָט ער אַ סך מער דערפֿאַרונג. אָבער ער האָט די פּראָדוצירערס בײַ „אַמאַזאָן־סטודיאָס‟ שוין געהאַט געגעבן זײַן הסכּמה, האָט ער נישט געקענט אָפּשטעלן דעם פּראָיעקט אין מיטן.

אַלענס לעצטער פֿילם Café Society [קאַווע־הויז חבֿרה] איז אַליין געווען אַ שטיקל קריזיס אין מײַנע אויגן. די דראַמאַטישע סצענעס זענען דאָרט ווײַט נישט געפֿלאָסן, און דער הומאָר איז געווען פֿאַרטריקנט און אַלט־געבאַקן. ס’איז מיר צום ערשטן מאָל קלאָר געוואָרן ווי שווער ס׳איז געוואָרן צו פֿאַרטיידיקן אַלענס לעצטע פֿילמען. דער סיפּור־המעשׂה פֿון יענעם פֿילם איז פֿאָרגעקומען אין ניו־יאָרק און לאָס־אַנדזשעלעס אין די 1930ער יאָרן, אַ תּקופֿה וואָס דער 80־יעריקער אַלען קען מער פֿון קולטורעלע פּראָדוקציעס, ווי פֿון דער פּערזענלעכער איבערלעבונג.

„אַ קריזיס אין זעקס סצענעס‟ קומט פֿאָר אין די 60ער יאָרן — אַ תּקופֿה וואָס אַלען האָט אַליין דורכגעלעבט — אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון ניו־יאָרק, אַ פּנים וועסטשעסטער, אינעם גרויסן, פֿאַרמעגלעכן הויז פֿון אַן עלטערן פּאָרפֿאָלק — סידני דזשיי מאַנסינגער, אַ דורכגעפֿאַלענער מחבר וואָס מאַכט זײַן פֿאַרדינסט אין רעזשיסירן טעלעוויזיע־רעקלאַמעס, און זײַן ווײַב קיי (אַ פּסיכאָלאָג). אין מיטן דערינען דרינגט זיך אַרײַן קייס אַ ווײַטע קרובֿטע, די יונגע ראַדיקאַלע אַקטיוויסטקע, לעני דייל.

דייל, אַנטלויפֿנדיק פֿון דער פּאָליציי און דעם FBI, וויל זיך באַהאַלטן בײַ די מאַנסינגערס אויף אַ פּאָר טעג, נאָכן אַרײַנלייגן אַ באָמבע אין פּראָטעסט קעגן דער מלחמה אין וויעטנאַם. די קאָמעדיע פֿאַרלאָזט זיך דאָ צום אַלעם ערשטן אויף די אַקטיאָרן און זייערע געשטאַלטן. אַלען, נאָך אַ פּאָר יאָר הפֿסקה, איז צוריק אין שפּילן די הויפּט־ראָלע (סידני). סידני איז דער קלאַסישער וווּדי אַלען טיפּ: דער היפּאָכאָנדריקער, אַ נעבעכדיקער און נעווראָטישער ניו־יאָרקער ייִד. מען קען זאָגן אַז קיינער שפּילט נישט אָט די ראָלע ווי אַלען אַליין, נישט געקוקט אויף די פֿילע פּרוּוון פֿון ייִנגערע אַקטיאָרן אין אַלענס פֿילמען, ווי דזשעסי אײַזענבערג אין „קאַווע־הויז חבֿרה‟. סידניס וויצן, אַרויסגעזאָגט דורך אַלען, אַרבעטן פּשוט בעסער; למשל, אין דער סצענע וווּ דער באמת געזונטער סידני פּרוּווט דעם דאָקטאָר איבעררעדן אַז ער איז מסוכּן־קראַנק. הגם ס’איז שוין מער ווי איין מאָל געמאַכט, איז עס פֿאָרט קאָמיש.