(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ליכטנשטײנס פּאָליטיק איז געװען נאָענט פֿאַרבונדן מיטן קאַמף פֿאַר ייִדיש. ער איז געװען אַן אַרײַנגײער אין י. ל. פּרצעס שטוב אין װאַרשע, װוּ ער האָט זיך געטראָפֿן מיט ייִדישע שרײַבער. מיט יאָרן שפּעטער אין לאָדזש איז זײַן שטוב אױך געװאָרן „דער סאַלאָן פֿון דער בונדישער אידעע‟, װי עס האָט זיך יאָרן שפּעטער דערמאָנט י. י. טרונק. לױטן באַרוף איז ליכטנשטײן געװען אַ פּעדאַגאָג, און זײַן ספּעציאַליטעט איז געװען צו לערנען טױב־שטומע קינדער. אין לאָדזש איז ער געװאָרן דער דירעקטאָר פֿון אַ ספּעציעלער שול „עזרת אילמים‟, װאָס האָט געלערנט אַזעלכע קינדער צו פֿאַרשטײן די רײד לױט די באַװעגונגען פֿון די ליפּן און רעדן אױף ייִדיש. אַרום דער שול האָט זיך אױפֿגעפֿלאַקערט אַ סיכסוך. די פּױלישע אַסימילאַטאָרן האָבן געטענהט, אַז די טױב־שטומע בלײַבן „פֿאַרשלאָסן‟ אין דער ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה און װעלן ניט קענען פֿאַרשטײן פּױליש. אַזױ אַרום, דערקלערט טרעמבאַטש, „האָט מען געפֿירט דעם קאַמף אַרום לערנען ייִדיש אונטער אידעאָלאָגישע פֿאָנען‟.
אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט ייִדיש באַקומען אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס װי אַ לערן־שפּראַך. די דײַטשן האָבן געשטיצט ייִדיש אױף צו להכעיס די פּאָליאַקן, און דאָס האָט אונטערגעהיצט אַנטיסעמיטישע שטימונגען. ניט װײניקער שאַרף זײַנען געװען די אינערלעכע קאָנפֿליקטן צװישן ייִדישיסטן און אַסימילאַטאָרן אין דער ייִדישער סבֿיבֿה. נאָך מער קאָמפּליצירט איז דער מצבֿ פֿונעם „בונד‟ געװאָרן בעת דער פּױליש־סאָװעטישער מלחמה אין 1920, װען אַ היפּשע צאָל בונדיסטן האָבן געשטיצט די רוסישע רעװאָלוציע.
אין דער אומאָפּהענגיקער פּױלישער רעפּובליק האָט ליכטנשטײן פֿאָרגעשטעלט דעם „בונד‟ אין דער לאָדזשער שטאָט־פֿאַרװאַלטונג. ביזן סאַמע טױט זײַנעם אין 1933 האָט ער געקעמפֿט אױף צװײ פֿראָנטן, קעגן די פּױלישע נאַציאָנאַליסטן און קעגן די ציוניסטן. פֿון אײן זײַט איז דער „בונד‟ באַשטאַנען אױף דעם, װאָס ייִדן זײַנען אַ פֿאָלק און דערפֿאַר זײַנען זײ מסוגל צו האָבן זײערע אײגענע נאַציאָנאַלע אינסטיטוציעס, קודם־כּל — שולן. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דער „בונד‟ געװען קעגן דער אײגענער ייִדישער מלוכה, פֿאַר ייִדיש און קעגן עבֿרית װי די ייִדישע נאַציאָנאַלע שפּראַך, און דאָס האָט געפֿירט צו אַ קאָנפֿליקט מיט די ציוניסטן.
ליכטנשטײן איז געשטאָרבן פֿון אַן אומגעלונגענער אָפּעראַציע אין ניו־יאָרק אין 1933, און מען האָט אים געבראַכט צו קבֿורה אין לאָדזש. ער האָט ניט דערלעבט ביז די פֿינצטערע צײַטן, הגם זײַן רײַזע־נאָטיץ פֿון בערלין פֿונעם װינטער פֿון 1931־1932 לײענט זיך איצט װי אַ װאָרענונג: „אומהײמלעך איז אױף די בערלינער גאַסן‟.
נאָך זײַן טױט איז ליכטנשטײן געװאָרן אַ סיבמאָלישע פֿיגור פֿאַרן „בונד‟, װאָס מען האָט געדענקט אין פּױלן אױך נאָכן חורבן. זײַן נאָמען האָבן געטראָגן די ייִדישע פֿאָלקסשול און דער פּאַרטײ־קלוב פֿון בונד, װאָס האָבן עקזיסטירט אין לאָדזש נאָך עטלעכע יאָר נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה. ליכטנשטײן האָט פֿערקערפּערט דעם אידעאַל פֿונעם ייִדישן קעמפֿער. ער האָט גובֿר געװען אַ סך שװערע מניעות אין זײַן לעבן און — אַזוי ווי טרעמבאַטש שרײַבט אַליין — האָט ער „געגעבן מענטשן אַ האָפֿענונג, אַז מען קאָן פֿאַרבעסערן זײער גורל‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.