(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/4351)
מיט עטלעכע טעג פֿאַר ראָש־השנה האָט זיך אין דער פֿראַנצויזיש־ייִדישער פּרעסע פֿאַרשפּרייט די ידיעה וועגן דעם נײַעם בית־חב״ד אין קאָרסיקע.
דעם 28סטן סעפּטעמבער האָט די ליובאַוויטשער וועבזײַט Chabad.org פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פּרטימדיקן אַרטיקל וועגן דעם דאָזיקן געשעעניש. דער מחבר, שמואל לעבענשטיין, האָט געשילדערט קאָרסיקע פֿאַר „דעם ווײַטסטן פֿראָנט פֿון פֿראַנקרײַך‟ און דערמאָנט די לייענער, אַז דער דאָזיקער אינדזל איז באַקאַנט ווי דאָס געבורט־אָרט פֿון נאַפּאָלעאָן באָנאַפּאַרט.
הרבֿ לוי פּינסאָן, דער ליובאַוויטשער שליח, וועלכער פֿירט אָן מיטן נײַעם בית־חב״ד, האָט באַטאָנט, אַז קאָרסיקע איז געווען „דער לעצטער שטאַפּל‟ אינעם גלאָבאַלן פּראָצעס פֿון דער רוחניותדיקער טראַנספֿאָרמאַציע. לויט זײַנע ווערטער, האָט דער ליובאַוויטשער רבי געהאַלטן, אַז ווי באַלד פֿראַנקרײַך איז באַקאַנט ווי אַ פּרינציפּיעל וועלטלעך לאַנד, איז דאָרטן באַזונדערס וויכטיק צו פֿאַרשפּרייטן זײַן שיטה.
עס וואַרפֿט זיך אין די אויגן, אַז די ליובאַוויטשער ווערסיע פֿון די נײַעס האָט אַ בפֿירוש סענסאַציאָנעלן און פּראָפּאַגאַנדיסטישן טעם. דערצו, זענען עטלעכע אָנגעגעבענע פּרטים אין לעבענשטיינס אַרטיקל פּשוט נישט ריכטיק אָדער, לכל־הפּחות, פּרעזענטירט פֿון אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן טענדענציעזן קוקווינקל. ווי ס׳איז באַקאַנט, איז פֿראַנקרײַך אַמאָל געווען איינע פֿון די גרעסטע קאָלאָניאַליסטישע מלוכות. במשך פֿון איבער 200 יאָר איז קוועבעק אויך געווען אַ פֿראַנצויזישע טעריטאָריע און בלײַבט נאָך אַלץ דער גרעסטער פֿראַנצויזיש־רעדנדיקער ראַיאָן אין דער וועלט. ס׳איז אַריבער צו דער בריטישער אימפּעריע אין 1763, לויטן אָפּמאַך נאָך דער 7־יאָריקער מלחמה. נאַפּאָלעאָן איז דעמאָלט נאָך נישט געבוירן געוואָרן. אַלזשיר, אַן אַנדער גרויס לאַנד, האָט אָבער דערקלערט אומאָפּהענגיקייט פֿון פֿראַנקרײַך אַ סך שפּעטער, אין 1962. ס׳איז קלאָר, אַז דאָרטן האָט זיך אײַנגעגעבן מבֿטל צו זײַן דעם פֿראַנצויזישן סעקולאַריזם אָן קיין הילף פֿון חב״ד; אַן ערך 99 פּראָצענט אַלזשירער זענען דאָך מוסולמענער און איסלאַם איז די אָפֿיציעלע מלוכישע רעליגיע פֿונעם לאַנד.
צענדליקער אינדזלען, אַחוץ קאָרסיקע, געהערן נאָך אַלץ צו פֿראַנקרײַך און געפֿינען זיך אַ סך ווײַטער פֿונעם אייראָפּעיִשן קאָנטינענט. אויב מע נעמט אין באַטראַכט פֿאַרשיידענע געאָגראַפֿיש אָפּגעריסענע ערטער, באַקומט זיך, אַז קיין קאָנקרעטן „פֿראָנט‟ האָבן די פֿראַנצויזישע אינדזלען בכלל נישט; זיי זענען פֿאַרשפּרייט איבער דער גאַנצער וועלט. אין מאַרטיניק און סען־באַרטעלעמי איז שוין לאַנג פֿאַראַן אַ בית־חב״ד.
דווקא צוליב דעם, וואָס קאָרסיקע געפֿינט זיך נישט צו ווײַט פֿון מאַרסיי אָדער ניצע, קאָן מען אָבער פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס אַ טייל מענטשן קאָנען באַטראַכטן דעם נײַעם בית־חב״ד ווי דעם ווײַטסטן אינעם לאַנד. אין פֿאַרגלײַך מיט די אינדזלען אינעם קאַריבישן ים אָדער אינדישן אָקעאַן, קאָן מען זיך דערקלײַבן אַהין אין 3־4 שעה מיט אַ פּאַראָם. דערפֿאַר איז קאָרסיקע באַקאַנט ווי אַ פּאָפּולערער צוטריטלעכער קוראָרט.
דער בית־חב״ד געפֿינט זיך אין דער קאָרסיקאַנער הויפּטשטאָט, אַזשאַקסיאָ. ס׳איז כּדאַי אָבער צו באַמערקן, אַז דאָס איז נישט די איינציקע שיל אויפֿן אינדזל. מיט צוויי יאָר צוריק האָבן זיך אין דער וועלט פֿאַרשפּרייט אומרויִקע נײַעס וועגן צוויי האַקנקרייצן, אויסגעמאָלט אויף די ווענט פֿון דער ספֿרדישער שיל „בית מאיר‟ אין באַסטיע, די צווייט־גרעסטע שטאָט אין קאָרסיקע.
אַזוי צי אַזוי, הגם ס׳איז נישט קיין גרויסע סענסאַציע, איז גוט צו וויסן, אַז אין אַזשאַקסיאָ האָט זיך געעפֿנט אַ שטענדיקער צענטער פֿונעם פֿרומען ייִדישן לעבן. די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון קאָרסיקע באַטרעפֿט בלויז אַ פּאָר הונדערט נפֿשות. טויזנטער ייִדישע טוריסטן באַזוכן אָבער כּסדר דעם אינדזל. הרבֿ יוסף פּינסאָן, דער ליובאַוויטשער שליח פֿון ניצע, האָט אָנגעהויבן קורירן דאָס ייִדישע לעבן אויפֿן אינדזל מיט 40 יאָר צוריק. זײַן זון און שנור, לוי און חיה־מושקע פּינסאָן, האָבן איצט באַשלאָסן אויפֿצושטעלן אַ שטענדיקן חב״ד־צענטער אין אַזשאַקסיאָ. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז דער רבֿ אַליין וועט דאָרטן שטענדיק וווינען; לויט לעבענשטיין, באַזוכט ער דערווײַל זײַן צענטער יעדע פּאָרן וואָכן.
אין פֿאַרגלײַך מיטן בשכנותדיקן אינדזל סאַרדיניע, וווּ ייִדן האָבן געוווינט נאָך מיט 2,000 יאָר צוריק, איז די קאָרסיקאַנער קהילה רעלאַטיוו יונג. אַדרבה, קאָרסיקע איז דער איינציקער גענוג גרויסער אינדזל אינעם מיטל־לענדישן ראַיאָן, וווּ די ערשטע ייִדישע תּושבֿים, אויף וויפֿל מע ווייסט, האָבן זיך באַוויזן ערשט אינעם 18טן יאָרהונדערט. אינעם יאָר 1736 האָט דאָרטן אײַנגעפֿירט זײַן אייגענע מלוכה דער דײַטשישער אַוואַנטיריסט מיטן נאָמען טעאָדאָר, וועלכער האָט זיך אינטערעסירט מיט קבלה און ספּעציעל פֿאַרבעטן ייִדן, האָפֿנדיק זיך צו באַקענען מיט זייערע מיסטישע סודות. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, אין 1755 האָט דער גענעראַל פּאַסקאַל פּאַאָלי געשאַפֿן די אומאָפּהענגיקע רעפּובליק. הגם ער האָט געבעטן די איטאַליענישע ייִזן צו באַזעצן זיך אין זײַן אינדזל־לענדל, האָבן זיך אינעם אינדזל קיינמאָל נישט געשאַפֿן קיין גרויסע קהילה.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער קאָרסיקאַנער געהיימער אָרדן „אָמערטאַ‟ (ענלעך צו דער איטאַליענישער מאַפֿיע) וואָס איז פֿאַרבונדן מיט בלוטיקע ווענדעטעס און אַנדערע גוואַלד־פֿאַרברעכנס, האָט דווקא געראַטעוועט הונדערטער ייִדישע פּליטים פֿון די נאַציס בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. דאָס מסרן וועמען־ניט־איז צו דער רעגירונג ווערט באַטראַכט ווי די ערגסטע עבֿירה, לויט די אינערלעכע מאַפֿיע־אָפּמאַכן, דערפֿאַר האָבן די קאָרסיקאַנער מאַפֿיע־לײַט זיך פּרינציפּיעל אָפּגעזאָגט צו קאָאָפּערירן מיט דער פֿאַשיסטישער פֿראַנצויזישער רעגירונג.
אַ גרויסע ראָלע אין דער קאָרסיקאַנער געשיכטע האָבן געשפּילט כּלערליי פּיראַטן, באַנדיטן און אַוואַנטוריסטן. דער סאַמע באַרימטער צווישן זיי איז, מסתּמא, געווען נאַפּאָלעאָן. ווי אַ טיפּישער מוסטער פֿונעם אָרטיקן סאָציאַלן קאָלאָריט, קאָן מען דערמאָנען, אַז דער „קאָרסיקאַנער פֿראָנט פֿון נאַציאָנאַלער באַפֿרײַונג‟ האָט געוואָרנט די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע „אײַסיס‟, אַז טאָמער דערוועגט זי זיך דורכצופֿירן אירע טעראָר־אַקציעס אין קאָרסיקע, וועלן די אָרטיקע מיליטאַנטן ענטפֿערן מיט זייערע אייגענע מעטאָדן. דער „פֿראָנט‟ גופֿא זעט אויס ווי אַ טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע; די קאָרסיקאַנער סעפּאַראַטיסטן באַציִען זיך אָבער מיט דרך־ארץ צו דער ציליווער באַפֿעלקערונג און רײַסן אויף, געוויינטלעך, בלויז פּאָליציי־סטאַנציעס, מיליטערישע באַזעס און אַנדערע סימבאָלן פֿון דער פֿראַנצויזישער מאַכט. צומאָל פֿירן זיי זיך אויף ווי אַ מין פֿאָלק־פּאָליציי און דערהרגענען נאַרקאָטיק־הענדלער און אַנדערע אומגעוווּנטשענע עלעמענטן.
ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז אינעם קולטורעלן זין שיידט זיך קאָרסיקע אָפּ פֿון די ווײַטע פֿראַנצויזישע אינדזלען, וווּ עס הערשט טאַקע פֿראַנצויזיש. להיפּוך, איז קאָרסיקאַניש נעענטער צו די איטאַליענישע דיאַלעקטן. בעת דער רוסיש־פֿראַנצויזישער מלחמה האָבן די רוסישע גענעראַלן גערעדט בעסער אויף פֿראַנצויזיש, ווי נאַפּאָלעאָן, וועלכער האָט זײַן גאַנץ לעבן נישט געקאָנט פּטור ווערן פֿונעם שווערן קאָרסיקאַנער אַקצענט.
וואָס שייך דעם נײַעם בית־חב״ד, איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז ווײַט נישט אַלע חסידישע רביים האָבן זיך נעגאַטיוו באַצויגן צו נאַפּאָלעאָן. אַ סך גרויסע צדיקים, בפֿרט אין פּוילן, האָבן אים געהאַלטן ווי אַ באַפֿרײַער פֿון ייִדן און אַפֿילו אַ משיחישע פֿיגור. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנטיסעמיטישע רוסישע קיניגן, האָט נאַפּאָלעאָן געגעבן די ייִדן פֿולע בירגערלעכע רעכט. הגם זײַן עמאַנציפּאַציע־פּראָיעקט האָט געהאַט אַן אַסימילאַטאָרישן טעם, האָט ער בפֿירוש אָנערקענט דאָס רעכט פֿון דער ייִדישער קהילה צו פֿאָלגן אירע טראַדיציעס. די ליובאַוויטשער באַציִען זיך צו נאַפּאָלעאָנס ירושה מיט אַ באַזונדערער קעגנערשאַפֿט, אָבער אָן די היסטאָרישע נאַפּאָלעאָנישע רעפֿאָרמען, וואָלטן זיי בפֿירוש נישט געקאָנט איצט אויפֿשטעלן אַ נײַעם ייִדישן צענטער אין זײַן געבורט־אָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.