„אין טעאָס אָנדענק”

"Remembering Theo"

דער אַנסאַמבל פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, וואָס האָט מיט יאָרן צוריק געשפּילט צוזאַמען מיט ביקעל אויף דער בראָדוויי-בינע, טרעט אויף מיטן פּאָפּולערן ליד Sabbath Prayer [די שבת־תּפֿילה] פֿונעם באַקאַנטן מיוזיקל.
Remy.S
דער אַנסאַמבל פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, וואָס האָט מיט יאָרן צוריק געשפּילט צוזאַמען מיט ביקעל אויף דער בראָדוויי-בינע, טרעט אויף מיטן פּאָפּולערן ליד Sabbath Prayer [די שבת־תּפֿילה] פֿונעם באַקאַנטן מיוזיקל.

פֿון עדי מהלאל

Published November 01, 2016, issue of November 23, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אויפֿן ווידעאָ זאָגט ער מיט צער, ווי עס טוט אים וויי אַז די קינדסקינדער פֿון אַנאַטעווקע פֿאַרטרײַבן די ישׂראלדיקע בעדויִנער. 

איך האָב געזען טעאָ צוויי מאָל אין מײַן לעבן. דאָס ערשטע מאָל — אויף אַן אויפֿטרעטונג אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ ער האָט געזונגען פֿון זײַן רעפּערטואַר פֿון ייִדישע לידער. איך געדענק, ווי ענזטוזיאַסטיש ער האָט זיך באַוועגט אויף דער בינע, כאָטש ער איז שוין געווען אין די 80ער.

דאָס צווייטע מאָל איז געווען אויף דער דזשיי־סטריט קאָנפֿערענץ אין װאַשינגטאָן אין 2012. וואָס שײַך ישׂראל, איז ביקעל דורכויס געבליבן אַ גלייביקער אין דער צוויי־מלוכישער לייזונג.

לאָרין סקלאַמבערג און פֿראַנק לאָנדאָן פֿון דער גרופּע „קלעזמאַטיקס‟ האָבן גערעדט וועגן ביקעלס משפּעידיקער ראָלע אין דער וועלט פֿון ייִדיש־זינגערײַ.

ביקעל, מיט זײַן טיפֿן קול, האָט זיך כּידוע באַרימט געמאַכט ווי אַן אויסגעצייכנטער פֿאַרטײַטשער פֿון דעם ייִדישן ליד, דורך זײַן זינגען, געוויינטלעך, צוויי־שפּראַכיקע ווערסיעס פֿון די לידער, וועלכע ביקעל  פֿלעגט אַליין איבערזעצן. סקלאַמבערג האָט אויסגעקליבן צו זינגען דווקא דאָס ליד „זײַט געזונט‟ (ווערטער: ה. לייוויק, מוזיק: חווה אַלבערשטיין און די קלעזמאַטיקס), וואָס איז ביקעלן געווען ספּעציעל נאָענט צום האַרצן.

דער פֿאָלק־זינגער פּיטער יאַראָ — פֿון דער גרופּע „פּיטער, פּאָל און מערי‟ — האָט געזונגען צוויי לידער פֿון די 1960ער יאָרן: דאָס באַקאַנטע If I Had a Hammer [ווען איך וואָלט געהאַט אַ האַמער] און אַ ליד וואָס מע האָט געהאַט געזונגען אויפֿן מאַרש קיין וואַשינגטאָן. מע האָט אויך דערמאָנט, אַז ביקעל האָט מיטאָרגאַניזירט דעם ניו־פּאָרט פֿאָלק־פֿעסטיוואַל. אומגלייבלעך!

דער ישׂראלדיקער זינגער דייוויד בראָזאַ האָט דערציילט וועגן זײַנס און זײַן מאַמעס באַקאַנטשאַפֿט מיט טעאָ. ער האָט געזונגען ביקעלס העברעיִשן שלאַגער „ערבֿ שׁל שושנים‟, און זײַנס אַ ליד „יהיה טובֿ‟, וועגן דער שטרעבונג צום שלום.

Remy.S

דער טעטיקסטער אויפֿטרעטער אויפֿן אָוונט איז געווען דער ייִדישער זינגער, איבערזעצער און אַקטיאָר דניאל קאַהן. ער האָט ביקעלן אויך פּערזענלעך געקענט, און ביידע קינסטלער האָבן געשעפּט אינספּיראַציע איינער פֿונעם אַנדערן. קאַהן האָט געזונגען אַ פּאָר לידער, און האָט אָנגעפֿירט מיטן הויכפּונקט פֿונעם אָוונט, ווען אַלע אויפֿטרעטערס האָבן בײַם סוף פֿון קאָנצערט זיך פֿאַרזאַמלט אויף דער בינע, כּדי צו זינגען אַ רירנדיקע ווערסיע פֿונעם ליד „שלום זאָל זײַן‟ (איבערגעשריבן אויפֿן סמך פֿון „שבת זאָל זײַן‟). ס’האָט מיטגעריסן דעם גאַנצן עולם, און מיך בתוכם, און אין גיכן האָט דער גאַנצער עולם לטובֿת טעאָ, און לטובֿת שלום אויף דער װעלט, מיטגעזונגען.