(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ווי ס׳איז באַקאַנט, ווערט דער תּנ״כישער ספֿר שיר־השירים אָפּגעטײַטשט אין דער ייִדישער טראַדיציע נישט ווי אַ בוכשטעבלעך ראָמאַנטיש ליד, נאָר ווי אַ ריין־גײַסטיקער „ראָמאַן‟ צווישן דעם באַשעפֿער און די ייִדן. אין אַ טיפֿערן זין, גייט אין שיר־השירים אויך אַ רייד וועגן דער מיסטישער באַציִונג פֿונעם באַהאַלטענעם אַספּעקט פֿון געטלעכקייט און זײַן אַנטפּלעקונג. די טויב סימבאָליזירט „כּנסת־ישׂראל‟, דעם קאָלעקטיוון אַרכעטיפּ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וואָס געפֿינט זיך בדבֿקות מיטן באַשעפֿער. דער צווייטער ראָש פֿון חב״ד, דובֿ־בער שניארי אָדער דער מיטעלער רבי, איז מסביר גאַנץ פּרטימדיק אין זײַן ספֿר „שער התּפֿילה‟ יעדעס וואָרט פֿונעם דאָזיקן פּסוק; ער דערקלערט, אַז „יונתי‟ — מײַן טויב — איז מרמז אויף דער פֿאַרבינדונג פֿונעם מענטשלעכן שׂכל מיט זײַן געטלעכן שורש. אין אַ צאָל אַנדערע תּנ״כישע פּסוקים ווערט די טויב אָפּגעטײַטשט אין פֿאַרשיידענע ספֿרים אויף ענלעכע אופֿנים.
אָט־די בײַשפּילן ווײַזן, אַז הגם אין דער קריסטלעכער טעאָלאָגיע האָט דער באַגריף „רוח־הקודש‟ אַן אַנדער באַדײַט, זעען מיר פֿאָרט אַ ייִדישן מקור פֿונעם דאָזיקן סימבאָל. אין דער גמרא־מסכתּא „חגיגה‟ שטייט בפֿירוש געשריבן, אין שײַכות מיטן פּסוק „ורוח אלוקים מרחפֿת על פּני המים‟ אין דער פּרשה „בראשית‟, אַז דער געטלעכער גײַסט ווערט פֿאַרגליכן צו אַ טויב. בײַ די ייִדן איז אָבער די טויב אָפֿטער אַסאָציִיִרט מיטן ייִדישן פֿאָלק.
אַזוי צי אַזוי, באַווײַזן זיך די דאָזיקע פֿייגעלעך כּסדר אין דער ייִדישער פּאָעזיע און ליד. „איבער בערג און איבער טאָלן פֿליִען טויבן פּאָרן, נאָך קיין נחת נישט געהאַט — שוין אַוועק די יאָרן‟; אַזוי הייבט זיך אָן אַ באַקאַנט פֿאָלקסליד. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דער דאָזיקער פֿויגל ווערט אָפֿט געשילדערט מיט טרויעריקע און מרה־שחורהדיקע טענער. עס קאָן זײַן, אַז אין דעם שפּיגלט זיך אָפּ סײַ דער מאמר־חז״ל, לויט וועלכן די מיצוות היטן ייִדן אין גלות אַזוי ווי די פֿליגל, וואָס ראַטעווען די טויב פֿון אירע שׂונאים; אין דעם זין, סימבאָליזירט די טויב דעם ייִדישן גלות. בײַ ייִדן ווערן די טויבן אויך אַסאָציִיִרט מיט די נשמות. אַזוי שרײַבט דער ווילנער גאָון אין זײַן קאָמענטאַר צום תּנ״כישן ספֿר־יונה, וועלכן מיר האָבן געלייענט אין שיל נישט לאַנג צוריק, יום־כּיפּור בײַ מנחה.
„נאַכט קומט אָן, טויבן קלאַפּן אויף דער שויב, און נײַן ברידער וויינען אויפֿן שליאַך: נײַן זענען מיר געווען, איצט שטאַרבן אַכט‟, באַוויינט אַריה שמרי דעם אונטערגאַנג פֿון ייִדישע פֿאָלקס־לידער. אַבֿרהם סוצקעווער דערמאָנט כּסדר די באַפֿליגלטע באַשעפֿענישן אין זײַנע ווערק, געוויינטלעך מיט אַ מעלאַנכאָלישן טעם. למשל: „גרויע טויבן אין אַ שטורעם, פֿאַרקלאַמערטע אין זייער לעצטער מידקייט‟. די דאָזיקע ווערטער האָט דער פּאָעט אָנגעשריבן אין ווילנער געטאָ, אינעם חושכדיקן יאָר 1943.
מיט 12 יאָר צוריק, האָב איך אויך אָנגעשריבן אַ ביטערלעך ליד, וואָס הייבטזיך אָן אָט אַזוי: „דעם גרױען שאַריִען באַגריסן די טױבן די גרױע; אַספֿאַלט און װיטרינעס — אַ פּאַטש אינעם פּיסק פֿון די װעלטן‟. פֿאַרוואָס רופֿן די טויבן אַרויס מרה־שחורהדיקע פּאָעטישע אַסאָציאַציעס, איז אַ גוטע קשיא. עס קאָן זײַן, אַז דאָס האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס פֿאַר אַ מיזרח־אייראָפּעיִשן מענטש ווערט די טויב אַסאָציִיִרט מיטן לאַוו־דווקא לוסטיקן גרויען קאָליר פֿון דער געוויינטלעכער גאַס־טויב.
אַזוי צי אַזוי, איז אינטערעסאַנט און באַלערנדיק, ווי אַזוי אַ קליינער אונטערשייד אין דער אָרניטאָלאָגישער טערמינאָלאָגיע קאָן גורם זײַן אַ ממשותדיקן קולטורעלן און סאָציאַלן עפֿעקט. דער מיזרח־אייראָפּעיִשער סימבאָל פֿון רוחניות, רוח־הקודש, געטרײַשאַפֿט, שלום און אַנדערע מעלות ווערט פּלוצעם, נעבעך, פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאַרהאַסטן „פֿליִענדיקן ראַץ‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.