(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ס׳איז מערקווירדיק, אַז ביידע עיקר־מעשׂיות אין דער הײַנטיקער פּרשה לאָזן זיך אַלעמאָל אָפּגעטײַטש ווערן אויף נײַע אופֿנים, סײַ אויף אַ פֿאַנטאַסטישן אופֿן, סײַ ווי אַ גאַנץ אַקטועלע קריטיק פֿונעם טאָגטעגלעכן מצבֿ פֿון אונדזער אַרומיקן לעבן. אַזעלכע גשמיותדיקע פּשטלעך זענען אָבער בלויז דער אויסערלעכער שיכט איבער די טיפֿענישן פֿון פּנימיות־התּורה, די באַהאַלטענע רמזים און סודות, וואָס שטעקן אין אונדזער גאָר באַדײַטפֿולער פּרשה.
על־פּי חסידות, מיינט דאָס וואָרט „תּיבֿה‟ אויך אַ וואָרט. ווען מע דאַוונט מיט כּוונה, קאָנען מיר „אַרויפֿשווימען‟ מיט די ווערטער פֿון תּפֿילה פֿון דער גשמיותדיקער וועלט, וווּ מע קאָן דערטרונקען ווערן אינעם מבול פֿון שטענדיקע דאגות און טירחות. אינעם יסודותדיקן חב״ד־ספֿר „תּורה אור‟ און שפּעטערדיקע ווערק פֿונעם ליובאַוויטשער חסידות ווערט זייער שיין און פּרטימדיק דערקלערט, אַז נישט געקוקט אויף די חסרונות פֿון די טאָג־טעגלעכע עסקים, קאָן דער מבול פֿון גשמיות אונדז דווקא אַרויפֿפֿירן אויף העכערע מדרגות אין עבֿודת־השם.
ווי אַ תּיבֿה, וואָס דאָס וואַסער האָט אַרויפֿגעטראָגן איבער די העכסטע בערג, קאָנען מיר פֿאַרוואַנדלען די גשמיותדיקע טירחות אין אַ קוואַל פֿון רוחניות.
דווקא נאָכן מבול פֿון רוטין־דאגות, קאָנען מיר דערפֿילן אַ באַזונדער שטאַרקע התפּעלות און ציצי־כּוח צו דער גײַסטיקער וועלט, ווען מיר פֿאַרטיפֿן זיך אינעם דאַוונען און פֿאַרגעסן פֿון די טירחות. אַפֿילו ווען מע קערט זיך אום צוריק צו דער אַרבעט און אַנדערע נייטיקע געוויינטלעכע ענינים, בלײַבט אין דער נשמה דער נאָך־עפֿעקט פֿונעם גײַסטיקן אַרויפֿפֿלי — און וואָס שטאַרקער איז דער קאָנטראַסט צווישן דעם מבול און דער רויִקייט פֿון דער „תּיבֿה‟, אַלץ טיפֿער קאָן זײַן דער דאָזיקער עפֿעקט.
די תּורה דערציילט אונדז, אַז די אַנשי־דור־הפֿלגה האָט געוואָלט אויפֿשטעלן דעם ריזיקן טורעם ביזן הימל, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז אַ נײַער מבול וועט זיי נישט שאַטן. עס טרעפֿן זיך גאָר פֿרומע ייִדן, וואָס מיינען, אַז זיי געפֿינען זיך אויף זייער אַ הויך אָרט, וווּ מע דאַרף זיך מער נישט זאָרגן צופֿיל וועגן דער עבֿודת־התּפֿילה און כּוונות פֿון מיצוות. ווען מע לערנט אַ גאַנצע גמרא אין אַ ישיבֿה צי אַ כּולל, אָן קיין זאָרגן וועגן פּרנסה און משפּחה־ענינים, מיט וועלכע עס פֿאַרנעמען זיך ווײַבער און שטוב־דינסטן, איז גענוג אָפּצודאַוונען אינגיכן, אָן קיין מיסטישע עבֿודות. אין דער אמתן, קאָן אַזאַ צוגאַנג צום לעבן ברענגען, אין אַ געוויסן זין, די זעלבע צרות, וואָס זענען געשען מיטן דור־הפֿלגה. מע קאָן ווערן אַ פֿאַרגרעבטער בעל־גאווה, וועלכער פֿאַרשטייט נישט דעם צווייטן און הייבט זיך אָן צו קריגן מיט די אַנדערע מענטשן, וואָס האָבן אַנדערע דעות און פֿירן אַן אַנדער לעבנס־שטייגער. אַפֿילו ווען מע רעדט אויף דער זעלבער שפּראַך, טשעפּען זיך אַזעלכע בעל־גאוות צו יעדן וואָרט, שאַפֿנדיק בילבולים און מחלוקתן. דער טעות באַשטייט אין דעם, וואָס דאָס „שווימען‟ אינעם ים־התּלמוד קאָן גורם זײַן פּונקט דעם זעלבן אָדער ערגערן „מבול־עפֿעקט‟, ווי די בעל־הבתּישע טירחות־הפּרנסה. כּדי זיך צו ראַטעווען דערפֿון, דאַרפֿן מען לערנען די אינערלעכע אַספּעקטן פֿון דער תּורה און שטרעבן צו דאַוונען רויִק מיט כּוונה.
דער פֿאַרקערטער טעות באַשטייט אין דעם, וואָס געוויסע ייִדן, אַרײַנגערעכנט די ליובאַוויטשער, וואָס ווייסן טעאָרעטיש, אַז די תּפֿילה דינט אַ רוחניותדיקע תּיבֿה, מיינען, אַז אַזעלכע הויכע ענינים האָבן געפּאַסט פֿאַר די אַמאָליקע גרויסע חסידים פֿון אַלטע דורות. אין דער הײַנטיקער תּקופֿה איז גענוג זיך בכלל אויפֿצופֿירן ווי אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר און געפֿינען צײַט פֿאַרן דאַוונען.
די תּורה זאָגט אונדז בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, אַז נח איז געווען אַ „איש צדיק תּמים בדורותיו‟ — אַ צדיק אין זײַנע דורות. רש״י ברענגט די דעה, אַז אינעם דור פֿון אַבֿרהם אָבֿינו וואָלט מען אים באַטראַכט ווי אַ קליינער מענטש. בלויז אין זײַן דור, ווען ער איז געווען אַרומגערינגלט מיט געפֿערלעכע רשעים, איז ער פֿאַררעכנט געוואָרן, אין פֿאַרגלײַך מיט זיי, ווי אַ צדיק.
פֿונדעסטוועגן, זעען מיר דאָך, אַז נחן האָט זיך אײַנגעגעבן זיך צו ראַטעווען פֿונעם מבול צוזאַמען מיט זײַן משפּחה און צו באַגרינדען די גאַנצע מענטשלעכע ציוויליזאַציע פֿון ס׳נײַ. צוליב דער תּיבֿה, איז ער אַרויסגעשוווּמען פֿונעם מבול און איז פֿאַקטיש געוואָרן אַ משיחישע פֿיגור פֿון זײַן צײַט. אינעם רוחניותדיקן זין מיינט, אַז ווען אַ פּשוטער מענטש קאָנצענטרירט זיך אויפֿן דאַוונען, קאָנען די תּפֿילה־ווערטער אים ראַטעווען אויף אַ וווּנדערלעכן אופֿן פֿון די טאָג־טעגלעכע טירחות, צוזאַמען מיט זײַנע בני־בית — אַבי מע זאָל זיך ערנסט באַציִען צו דער עבֿודת־התּפֿילה און שטרעבן זיך „אָנצוכאַפּן‟, ווי געהעריק, אין יעדן וואָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.