„די לעצטע אייראָפּעער‟

"The Last Europeans"


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published November 06, 2016, issue of November 23, 2016.

דער אַמעריקאַנער ייִדישער קריטיקער אָדם קירש האָט לעצטנס באַמערקט, אַז די הײַנטיקע אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער גיבן דעם לײענער אַ „ניט־פֿאַרדינטן געפֿיל פֿון אַ פּעולה, כּלומרשט מיר האָבן גובֿר געװען געװיסע האַרבע קשיות, בעת אין דער אמתן האָבן מיר בלױז באַשטעטיקט דאָס, װאָס מיר זײַנען‟.

אַנדערש גערעדט, האָט די ייִדישע ליטעראַטור (עס רעדט זיך דאָ װעגן דער ליטעראַטור אױף ענגליש) אױפֿגעהערט צו פּראָװאָצירן דעם לײענער מיט האַרבע פֿראַגן און קאָמפּליצירטע פּראָבלעמען, װי עס האָבן אַ מאָל געטאָן שאול בעלאָו אָדער פֿיליפּ ראָט. אַנשטאָט דעם לאָזן די הײַנטיקע ייִדישע שרײַבער דעם לײענער זיך פֿילן צופֿרידן מיט זיך אַלײן און מיט זײַן פּלאַץ אין דער װעלט.

אַ מוסטער פֿון אַזאַ מין ליטעראַטור איז דער לעצטער ראָמאַן פֿון יונתן סאַפֿראַן־פֿאָערת „דאָ בין איך‟, װאָס לױט קירשעס דעה, פֿאַרמאָגט ניט קײן „סטיכײיִשן קאָנפֿליקט‟. קירש האָט אָבער אַ בעסערע מײנונג װעגן דעם לעצטן ראָמאַן פֿון לאַראַ װאַפּניאַר, דער אַמעריקאַנער שרײַבערין פֿונעם רוסיש־ייִדישן אָפּשטאַם — „נאָך אַלץ דאָ‟ — אַ סאַטירע אױפֿן הײַנטיקן לעבנסשטײגער, װוּ אַלע מחשבֿות און געפֿילן װערן „פֿאַרמיטלט‟ דורך כּלערלײ דיגיטאַלע דינסטן און עלעקטראָנישע מכשירים. אין תּוך גענומען, האָט װאַפּניאַרס ראָמאַן װײניק צו טאָן מיט ייִדישקײט. צװײ העלדן זײַנען דאָ טאַקע יאָ רוסישע ייִדן, אָבער זײ געהערן ניט צו דער רוסיש־ייִדישער מאַסן־אימיגראַציע. זײ זײַנען געקומען קײן אַמעריקע צו אַרבעטן אָדער שטודירן, און װילן זיך װאָס גיכער אַמעריקאַניזירן.

און דאָך באַרירט װאַפּניאַרס ראָמאַן אַ פּראָבלעם, װאָס איז טאַקע זײער ייִדישלעך. װי אַזױ באַציט מען זיך צום עבֿר, װי קען מען אָפּהיטן דעם זכר פֿון די נאָענטע מענטשן, װאָס זײַנען אַװעק אין דער אײביקײט? דער סיפּור־המעשׂה דרײט זיך אַרום דער המצאָה פֿון אײנעם אַ פּערסאָנאַזש, וואָס װיל שאַפֿן אַן „אַפּ‟, אַ דיגיטאַלע אַפּליקאַציע, װאָס זאָל רעדן מיט דער שטים פֿון אַ געשטאָרבענעם מענטש. דער אַלגאָריטם װעט נוצן אַלע דיגיטאַלע שפּורן, װאָס מען האָט איבערגעלאָזט בײַם לעבן, כּדי צו גענערירן נײַע מעלדונגען, בליצבריװ וכדומה. אַזױ אַרום װעט מען װײַטער לעבן אינעם װירטועלן רױם װי אַ כּמו־פּערזענלעכקײט און קאָמוניקרירן דורך בליצפּאָטשט, „פֿײסבוק‟ און „טװיטער‟.

שױן מיט יאָרן צוריק האָט י. ל. פּרץ דראַמאַטיש פֿאָרגעשטעלט די דאָזיקע פֿאַנטאַזיע אין זײַן פּיעסע „בײַ נאַכט אױפֿן אַלטן מאַרק‟, װוּ מתים קומען אַרױף פֿון זײערע קבֿרים מיט די װערטער, װאָס דריקן אױס זײערע טיפֿסטע באַגערן און לײַדנשאַפֿטן. בײַ די רוסיש־ייִדישע מחברים איז דער ענין פֿון עבֿר גאַנץ חשובֿ. הײַנט שרײַבן רוסישע ייִדן אױף עטלעכע שפּראַכן און װענדן זיך צו פֿאַרשידענע מינים לײענערשאַפֿט. עס איז נאָך דאָ אַלך אַ היפּשער רוסיש־רעדנדיקער ייִדישער עולם אין דעם אַמאָליקן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, ישׂראל, אײראָפּע און אַמעריקע. זײערע באַליבטע מחברים זײַנען דינה רובינאַ און לודמילאַ אוליצקאַיאַ, װאָס בײדע באַהאַנדלען די טעמע פֿון עמיגראַציע און זיכּרון.