כּמעט צוויי חדשים הילכט בײַ מיר דזשאָרדין קוציקס אַרטיקל „ווי אַזוי קומט מען אָן קיין אוישוויץ?‟ (פֿאָרווערטס, 30.9.2016), אַוווּ ער דערציילט וועגן זײַן ערשטן באַזוך אין פּוילן און זײַן איבערראַשנדיקן באַשלוס, נישט צו פֿאָרן קיין אוישוויץ. זײַנע ווערטער האָבן תּיכּף געמאַכט אויף מיר אַ רושם, און בפֿרט ווײַל די טעג, בין איך אַליין צוריקגעקומען פֿון פּוילן.
ס׳איז גאָר נישט געווען מײַן ערשטער באַזוך אין פּוילן; שוין 28 יאָר פֿאָר איך אַהין און צוריק, און כאָטש איך און פּוילן האָבן זיך אַ סך געביטן, פֿיל איך דאָרטן כּסדר אַ ביסל בײַ זיך אין דער היים. פּוילן איז דאָך נישט נאָר מײַן טאַטנס היימלאַנד, נאָר אויך, ווי באַוווּסט, דאָס אָרט וווּ מיליאָנען ייִדיש־רעדערס זײַנען געבוירן און דערהרגעט געוואָרן. דערפֿאַר פֿיל איך זיך נאַטירלעך צווישן די פּויליש־ייִדישע פּייסאַזשן אין וואַרשע, קראָקע, לובלין, און צום באַדויערן, אויך אין אוישוויץ און טרעבלינקע. זיי זײַנען אַלע טיילן פֿון ייִדישן פּוילן.
קיינער מוז נישט באַזוכן אוישוויץ. איך פֿאַרשטיי גאַנץ גוט די פֿאַרשיידענע סיבות אויף נישט צו באַזוכן די טויט־ערטער. אפֿשר קאָן מען זיי טאַקע בעסער באַזוכן, ווי קוציק האָט געשריבן, אין די ביכער און אין די דאָקומענטן. אוישוויץ איז דאָך נישט קיין קאָנצעטראַציע־לאַגער, נאָר אַ מוזיי, אַ געדענקאָרט, אַ מאָנומענט — ווי, להבֿדיל, די ייִדישע קראָקע, קוזמיר [קאַזשימייעזש], וווּ אירע שילן, בית־עולמס און „ייִדישע‟ געשעפֿטן זײַנען נישט קיין לעבעדיקע ערטער, נאָר אַ זכר פֿונעם אַמאָליקן לעבן און פֿונעם חורבן. מיר פּערזענלעך האָבן אַפֿילו אָט די אָ פֿאַרבלײַבענישן פֿון תּמיד אָן געצויגן. כ׳האָב זיי געוואָלט זען מיט מײַנע אייגענע אויגן, און נישט נאָר זען, נאָר זײַן, מיטפֿילן עפּעס. מײַן פֿאַנטאַזיע באַנוגנט זיך נישט מיט ווערטער און בילדער; איך דאַרף פֿילן אַזאַ אָרט מיט די חושים — און דערפֿאַר בין איך מחויבֿ צו פֿאָרן קיין אוישוויץ.
אָבער קוציק פֿרעגט נישט: „פֿאַר וואָס דאַרף מען פֿאָרן קיין אוישוויץ?‟, נאָר ווי אַזוי קומט מען אַהין? איך בין מסכּים מיט אים, אַז נישט מיט לימוזינען, און נישט מיט אָרגאַניזירטע אויטאָבוסן, וואָס פֿירן טוריסטן קיין אוישוויץ און קיין ווייליטשקע אין איין טאָג — פֿאַר 100 זלאָטעס. גאָט זאָל אָפּהיטן פֿון אַזעלכע עקסקורסיעס. איך האַלט אויך נישט פֿון די פֿאַרשיידענע לעבנס־מאַרשן: די ייִדישע תּלמידים וואָס באַזוכן אַלע לאַגערן פֿון פּוילן אין איין וואָך. לויט מײַן מיינונג, רופֿן די מאַרשן נישט אַרויס קיין מיטגעפֿיל מיט די קרבנות, נאָר פֿאַרקערט: די תּלמידים צעשיידן זיך דווקא פֿון די טויטע, באַווײַזנדיק זיי אַז „מיר זײַנען דאָ!‟, און דערצו ווערן מיר באַלד שטאָלצע זעלנערס פֿון צה״ל, אָדער ברענענדיקע אַקטיוויסטן פֿון „הלל‟. דער אויספֿיר איז: „מיר, ייִדן, האָבן אַנדערע און בעסערע סיבות צו זײַן שטאָלץ.‟
דאָ קום איך, סוף־כּל־סוף, צו מײַן ענטפֿער אויף קוציקס פֿראַגע: ווי אַזוי קומט מען אָן קיין אוישוויץ? קיין אושוויץ קאָן מען פֿאָרן אַליין, מיט אַן אויטאָבוס, למשל. ס׳איז נישט נאָר אַ טעכנישע עצה, נאָר אויך אַ פּרינציפּיעלער ענטפֿער. איך האָב עס אַליין געטאָן — נישט איצט, נאָר מיט אַ פּאָר יאָר צוריק. ס׳איז געווען אַ רעגנדיקער זומערדיקער פֿרימאָרגן, און איך בין אַרויף אין קראָקע אויף אַ מיניבוס וואָס פֿאָרט כּסדר קיין אָשווענטשים, די שטאָט לעבן אוישוויץ. צוזאַמען מיט מיר זײַנען געפֿאָרן פּאָליאַקן און אַ פּאָר טוריסטן. אַליין און שטילערהייט האָב איך געקאָנט זיך אַרײַנטראַכטן וועגן מײַן ציל; וועגן דעם וועג צווישן לעבן און טויט און וועגן די וואָס האָבן עס אַדורכגעמאַכט, און אויך וועגן מײַן זיידע בנימין בתוכם, די עלנטע און פֿאַרלאָזטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.