(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַ באַזונדער התפּעלות האָט אַרויסגערופֿן דער באַקאַנטער פֿאַקט, אַז טראָמפּס טאָכטער איוואַנקאַ איז אַ גיורת מיטן ייִדישן נאָמען יעל. פֿאַר איר חתונה אינעם יאָר 2009, האָט זי זיך מגייר געווען. אַ טייל חסידישע שטיצער פֿון טראָמפּ האָבן געפֿירט פֿאַר די וואַלן גאַנצע פּילפּולים אויף דער אינטערנעץ וועגן איר אויסזען מיט קאָמענטאַרן וועגן איוואַנקאַס פֿיס, דעקאָלטירטע קליידער און אַנדערע פּערזענלעכע פּרטים. געוויסע אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון איר מאַמען האָבן אויך אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס. אין אַ פּאָר דיסקוסיעס האָט זיך אַפֿילו געשאַפֿן דער אײַנדרוק, אַז בײַם קוקן אויף דער מאַמעס בילדער האָבן געוויסע פֿרומע ליבהאָבער פֿון טראָמפּס משפּחה, במחילה, געוואָלט זיך פֿאָרשטעלן די סצענע פֿון איוואַנקאַס טבֿילה אין מיקווה לשם־גיירות.
אין די שילן, בפֿרט וווּ עס דאַוונען אַ סך רוסישע אימיגראַנטן, איז במשך פֿון די לעצטע פּאָר חדשים געוואַקסן, ווי אַ שניי־באַלעם, אַ גאַנצע לאַווינע פֿון התפּעלות אַרום טראָמפּ. אַפֿילו בעת דער עליות־ליציטאַציע אין די ימים־נוראָים האָט מען אים געלויבט.
נאָך די וואַלן האָט זיך געשאַפֿן זייער אַן אומאײַנגענעמע סיטואַציע. הגם דער עולם איז באַשטאַנען פֿון מײַנע היימישע רוסישע לאַנדסלײַט, האָב איך זיך געפֿילט נערוועז אין אַזאַ סבֿיבֿה, ווײַל ס׳איז געוואָרן אוממעגלעך צו קריטיקירן דעם נײַ־געקומענעם פּרעזידענט אויף אַ ציוויליזירטן אופֿן. זײַנע שטיצער זענען געווען גרייט צו צערײַסן די קריטיקער ווי עס טוען עס די צעיושעטע פֿוסבאָל־כוליגאַנען.
די אומאָנגענעמע רעכטע און עקסטרעם־רעכטע שטימונג אין אַ גרויסן טייל פֿון די אַמעריקאַנער פֿרומע קרײַזן בכלל און צווישן די רוסיש־רעדער בפֿרט זענען פֿאַר מיר, צום באַדויערן, נישט קיין גרויסער חידוש. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען אין מיזרח־אייראָפּע, צפֿון־אַמעריקע און אַנדערע לענדער געווען אַ סך רבנים און גאַנצע אָרגאַניזאַציעס — למשל, די פּאַרטיי „פּועלי אגודת־ישׂראל‟ אין פּוילן — וואָס האָבן געשטיצט פּראָ־סאָציאַליסטישע און נישט זעלטן ממש לינקע פּאָליטישע געדאַנקען. אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט טרעפֿט זיך אויך גענוג דער ראַדיקאַליזם, אָבער אַ רעכטער. נישט איינמאָל האָב איך שוין געהערט בײַ שבתדיקע סעודות שילדערונגען פֿון בעניטאָ מוסאָליני, אַנטאָניאָ סאַלאַזאַר אָדער אָגוסטאָ פּינאָשע ווי, כּלומרשט, גרויסע „צדיקים‟. די כוואַליע היסטערישע שטימונגען אויף די ביידע צדדים פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט האָט מיך אָבער פֿאַרחידושט. פּונקט אַזאַ אַטמאָספֿער האָב איך געפֿילט בעת דעם פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אין רוסלאַנד. אין סטאַטען־אײַלענד, וווּ איך וווין, האָבן זיך אַ סך מענטשן נישט געוויזן אויף דער אַרבעט. אַן אומגעוויינטלעך גרויסע צאָל תּושבֿים האָבן פֿאַרבראַכט דעם טאָג אין שיכּורן, רייכערן מאַריכואַנע אָפֿענערהייט אין דער גאַס מיט אַ פֿאַרייִאושט פּנים. די אַנדערע האָבן, פֿאַרקערט, געהאַלטן אין איין לויבן די מעלות פֿון טראָמפּ. איין באַקאַנטע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פֿרוי האָט פֿאָרויסגעזאָגט אַפּאָקאַליפּטישע צרות נאָך דעם װי טראָמפּ װעט קומען צו דער מאַכט.
אין רוסלאַנד, האָט דער עולם, בדרך־כּלל, אָנגענומען טראָמפּס נצחון מיט אַן אײַנגעהאַלטענעם אָפּטימיזם. אין די ענינים פֿון אויסערן־ענינים האָט הילאַרי קלינטאָן אויסגעדריקט בפֿירוש רעכטע „שפּאַרבערישע‟ דעות און האָט אַפֿילו געסטראַשעט צו אַטאַקירן רוסלאַנד. להיפּוך, פֿאָקוסירט זיך טראָמפּס גראָבע רעכטע רעטאָריק אויף אינערלעכע אַמעריקאַנער פּראָבלעמען. פֿאַר אַן אויסלענדער, זעט אַ זשלאָב און פּאַיאַץ אויס ווי אַ פֿאַרשטענדלעכער פּראָסטער יאַט. אַזאַ צווייפֿלהאַפֿטיקע רעפּוטאַציע האָט דער נײַער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַקומען אַרום דער וועלט בעת זײַן וואַלן־קאַמפּאַניע.
אַזוי צי אַזוי, ווילט זיך האָפֿן, אַז די אַפּאָקאַליפּטישע היסטעריע איז איבערגעטריבן. ווי אַ פּרעזידענט, וועט טראָמפּ מוזן זיך צוהערן צו זײַנע עצה־געבער און, האָפֿנטלעך, אויסאַרבעטן מער שׂכלדיקע פּאָליטישע פּלענער. זײַנע פֿרומע שטיצער זאָלן אָבער אַ טראַכט געבן, אַז די לאָגיק פֿון פֿוסבאָל־כוליגאַנען און דאָס שטיצן אַן אַנטי־אימיגראַנטישן טוער, זײַענדיק אַליין אַן אימיגראַנט אָדער אַן אייניקל פֿון אימיגראַנטן, לוינט זיך נישט פֿאַר אַ ציבור, וואָס שטאָלצירט מיט די אידעאַלן פֿון חכמה און יושר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.