ווער קען נישט די מעשׂיות וועגן די נאַרישע כעלעמער? ווען מע רעכנט אויס די קאַטעגאָריעס פֿון „עכטן‟ ייִדישן הומאָר, ווערן זיי תּמיד אַרײַנגערעכנט. אָבער לויטן נײַעם ווערק אויף דער טעמע, How The Wise Men Got To Chelm פֿון רוט וואָן בערנרוט, אַ פּראָפֿעסאָרקע פֿון צפֿון־קאַראָלײַנע, שטעלט זיך אַרויס, אַז מע האָט צוגעקלעפּט די שטאָט כעלעם צו די דאָזיקע נאַראָנים־דערציילונגען ערשט בײַם סוף נײַנצנטן יאָרהונדערט. דערצו, זענען די כעלעמער מעשׂיות אַ טייל פֿון אַ סך אַ ברייטערער נאַראָנים־טראַדיציע וואָס נעמט אַרײַן אַלע אייראָפּעיִשע לענדער. בערנוטס בוך גיט אַן אינטערעסאַנטע פּרטימדיקע געשיכטע סײַ פֿונעם כעלעמער פֿאָלקלאָר, סײַ פֿון דער אַלגעמיינער אייראָפּעיִשער נאַראָנים־ליטעראַטור.
טאָ ווי אַזוי איז כעלעם געוואָרן דער נאַראָנים־צענטער? ס’איז דאָך פֿריִער געווען באַרימט פֿאַר איר חשובֿן רבֿ, אליהו בעל־שם, דער שאַפֿער, לויט לעגענדעס, פֿון אַ גולם. כעלעם ווי אַ שטאָט פֿון נאַראָנים ווערט ערשט דערמאָנט אין אײַזיק־מאיר דיקס „די אורחים פֿון דוראַטשעסאָק‟ פֿון 1873. אַ פּנים קומט אים דער קרעדיט פֿאַרן נאַרישן כעלעם, אָבער דער שורש פֿונעם כעלעמער הומאָר ציט זיך פֿונעם מיטלעלטער, און אין עטלעכע קאַפּיטלעך גיט די מחברטע זיך אָפּ מיט דער אַנטוויקלונג פֿון דער נאַראָנים־קולטור, בפֿרט אין דײַטשלאַנד.
קיין סך פֿאָרשונג וועגן די כעלעמער נאַראָנים קען מען נישט געפֿינען, דעריבער איז דאָס נײַע בוך אַ געוווּנטשענע שטודיע. בערנוט דעקט סײַ די פֿאָלקלאָריסטיש־ליטעראַרישע וואָרצלען פֿון די מעשׂיות, סײַ די נאָך־חורבנדיקע באַאַרבעטונגען, צווישן זיי — י. י. טרונקס „כעלעמער חכמים‟ און יצחק באַשעוויסעס קינדער־מעשׂיות.
יעדעס לאַנד אין אייראָפּע האָט געהאַט אויסגעטראַכט זײַן אייגענע שטאָט פֿון נאַראָנים. די ייִדישע נאַראָנים־מעשׂיות זענען אַרויסגעוואַקסן פֿון דעם דײַטשן „שילדבורגערבוך‟, וואָס מע האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש פֿיר מאָל אינעם 18טן יאָרהונדערט, און יעדע איבערזעצונג האָט משפּיע געווען אויף די ייִדישע דערציילונגען. בערנוט מאַכט אַ פּינקטלעכן אַנאַליז: וואָסערע מעשׂיות זענען פֿונעם דײַטשן מקור אַרײַן אין ייִדיש און ווי אַזוי און וויפֿל מע האָט זיי געביטן (געוויינטלעך זייער ווייניק).
די משׂכּילים אינעם 19טן יאָרהונדערט האָבן געניצט די שילדבורגער מעשׂיות פֿאַר זייערע צוועקן: צו מאַכן חוזק פֿון דער אַלט־מאָדישער, טראַדיציאָנעלער געזעלשאַפֿט אין וועלכער זיי האָבן געלעבט. צו יענער צײַט האָט מען נאָך נישט צוגעטשעפּעט די שטאָט כעלם צו די מעשׂיות. אָבער בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָהונדערט, בעת און נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן די אַנעקדאָטן זיך שוין פֿאַרשפּרייט ווי כעלעמער מעשׂיות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.