ווער קען נישט די מעשׂיות וועגן די נאַרישע כעלעמער? ווען מע רעכנט אויס די קאַטעגאָריעס פֿון „עכטן‟ ייִדישן הומאָר, ווערן זיי תּמיד אַרײַנגערעכנט. אָבער לויטן נײַעם ווערק אויף דער טעמע, How The Wise Men Got To Chelm פֿון רוט וואָן בערנרוט, אַ פּראָפֿעסאָרקע פֿון צפֿון־קאַראָלײַנע, שטעלט זיך אַרויס, אַז מע האָט צוגעקלעפּט די שטאָט כעלעם צו די דאָזיקע נאַראָנים־דערציילונגען ערשט בײַם סוף נײַנצנטן יאָרהונדערט. דערצו, זענען די כעלעמער מעשׂיות אַ טייל פֿון אַ סך אַ ברייטערער נאַראָנים־טראַדיציע וואָס נעמט אַרײַן אַלע אייראָפּעיִשע לענדער. בערנוטס בוך גיט אַן אינטערעסאַנטע פּרטימדיקע געשיכטע סײַ פֿונעם כעלעמער פֿאָלקלאָר, סײַ פֿון דער אַלגעמיינער אייראָפּעיִשער נאַראָנים־ליטעראַטור.
טאָ ווי אַזוי איז כעלעם געוואָרן דער נאַראָנים־צענטער? ס’איז דאָך פֿריִער געווען באַרימט פֿאַר איר חשובֿן רבֿ, אליהו בעל־שם, דער שאַפֿער, לויט לעגענדעס, פֿון אַ גולם. כעלעם ווי אַ שטאָט פֿון נאַראָנים ווערט ערשט דערמאָנט אין אײַזיק־מאיר דיקס „די אורחים פֿון דוראַטשעסאָק‟ פֿון 1873. אַ פּנים קומט אים דער קרעדיט פֿאַרן נאַרישן כעלעם, אָבער דער שורש פֿונעם כעלעמער הומאָר ציט זיך פֿונעם מיטלעלטער, און אין עטלעכע קאַפּיטלעך גיט די מחברטע זיך אָפּ מיט דער אַנטוויקלונג פֿון דער נאַראָנים־קולטור, בפֿרט אין דײַטשלאַנד.
קיין סך פֿאָרשונג וועגן די כעלעמער נאַראָנים קען מען נישט געפֿינען, דעריבער איז דאָס נײַע בוך אַ געוווּנטשענע שטודיע. בערנוט דעקט סײַ די פֿאָלקלאָריסטיש־ליטעראַרישע וואָרצלען פֿון די מעשׂיות, סײַ די נאָך־חורבנדיקע באַאַרבעטונגען, צווישן זיי — י. י. טרונקס „כעלעמער חכמים‟ און יצחק באַשעוויסעס קינדער־מעשׂיות.
יעדעס לאַנד אין אייראָפּע האָט געהאַט אויסגעטראַכט זײַן אייגענע שטאָט פֿון נאַראָנים. די ייִדישע נאַראָנים־מעשׂיות זענען אַרויסגעוואַקסן פֿון דעם דײַטשן „שילדבורגערבוך‟, וואָס מע האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש פֿיר מאָל אינעם 18טן יאָרהונדערט, און יעדע איבערזעצונג האָט משפּיע געווען אויף די ייִדישע דערציילונגען. בערנוט מאַכט אַ פּינקטלעכן אַנאַליז: וואָסערע מעשׂיות זענען פֿונעם דײַטשן מקור אַרײַן אין ייִדיש און ווי אַזוי און וויפֿל מע האָט זיי געביטן (געוויינטלעך זייער ווייניק).
די משׂכּילים אינעם 19טן יאָרהונדערט האָבן געניצט די שילדבורגער מעשׂיות פֿאַר זייערע צוועקן: צו מאַכן חוזק פֿון דער אַלט־מאָדישער, טראַדיציאָנעלער געזעלשאַפֿט אין וועלכער זיי האָבן געלעבט. צו יענער צײַט האָט מען נאָך נישט צוגעטשעפּעט די שטאָט כעלם צו די מעשׂיות. אָבער בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָהונדערט, בעת און נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן די אַנעקדאָטן זיך שוין פֿאַרשפּרייט ווי כעלעמער מעשׂיות.
איז געבליבן די קשיא — פֿאַר וואָס דווקא כעלעם? עס זעט אויס, אַז „שולדיק‟ זענען די פֿאָלקלאָריסטן, ווײַל זיי האָבן צונויפֿגענומען די מעשׂיות אין זאַמלונגען און פֿון זיי געמאַכט אַ יש. דער ווינער פֿאָלקלאָריסט שמואל קראַוס האט אין זײַן זשורנאַל פֿון עטנאָגראַפֿיע אויף דײַטש, „אַם אור־קוועל‟, געדרוקט די ערשטע זאַמלונג וועגן כעלם אין 1892. דער וואַרשעווער פֿאָלקלאָריסט נח פּרילוצקי האָט געדרוקט די ערשטע זאַמלונג כעלעמער מעשׂיות אויף ייִדיש אין זײַן זאַמלבוך אין 1917. אין די 1920ער יאָרן האָט דער זשורנאַליסט, פֿאָלקלאָריסט, פֿאָטאָראַף און זינגער מנחם קיפּניס פּאָפּולאַריזירט די מעשׂיות אין דער צײַטונג „הײַנט‟, און אין 1930 זיי אַרויסגעגעבן אין אַ בוך.
דער גרויסער זאַמלער פֿון ייִדישע ווערטלעך איגנאַץ בערנשטיין האָט שוין פֿאַרצייכנט דאָס צונעמעניש „כעלעמער נאַראָנים‟ אין די 1870ער יאָרן, און כאָטש דאָס פֿאָלק האָט באַצייכנט אַ צאָל אַנדערע שטעט און שטעטלעך אין פּוילן ווי נאַראָנים־שטעטלעך, איז כעלעם געוואָרן די נאַראָנים־שטאָט.
דער פֿאָלקלאָריסט בנימין סגל האָט געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון די מעשׂיות ווי אַ פֿאַרבינדונג צווישן קראַוס אין ווין און די זאַמלער אין פּוילן. אין „אַם אורקוועל‟, למשל, האָט ער צום ערשטן מאָל געדרוקט די קלאַסישע כעלעמער דערציילונג ווי די חכמים פֿון כעלעם האַבן באַשלאָסן צו רוקן די סינאַגאָגע אין דער שטאָט. זיי טוען זיך אויס די מענטל, און הייבן אָן צו שטופּן. דערווײַל גנבֿעט מען אַוועק בײַ זיי די מענטל. ווען די כעלעמער קוקן צוריק און זעען נישט זי מענטל מיינען זיי, אַז זיי האָבן די סינאַגאָגע אַזוי ווײַט אַוועקגערוקט, אַז מע קען שוין די מענטל נישט זען. בערנוט ווײַזט אָן, אַז די קאָמישע דערציילונג שטאַמט נאָך פֿונעם דײַטשן מחבר האַנז זאַקס פֿונעם 16טן יאָרהונדערט.
צום סוף, דערקלערט בערנוט פֿאַר וואָס די כעלעמער מעשׂיות זענען אַזוי באַליבט נאָך הײַנט. „כעלעם ווי אַ סימבאָל דערמעגלעכט דאָס אויסדריקן און איבערקלערן געדאַנקען, מיינונגען, געפֿילן און אידעאָלאָגיעס. זיי האָבן תּמיד געדינט ווי אַ סאַטירישן מאָדעל צו באַהאַנדלען פֿראַגעס וואָס שייך ייִדישער אידענטיטעט, קהילה, געשיכטע, דעם פֿאָלקס־זכּרון, אָרט און צײַט.‟
כעלעם ווי אַ שטאָט פֿון נאַראָנים איז נאָכן חורבן געוואָרן אַ סימבאָל פֿאַר דער הײַנטיקער וועלט. צי איז נישט מעגלעך, אַז מיר זענען אַלע כעלעמער נאַראָנים און די גאַנצע וועלט איז כעלעם? לייענענדיק רות וואָן בערנרוטס פֿײַן בוך וועט מען אויסגעפֿינען וועגן דעם לאַנגן וואַנדערוועג פֿון די כעלעמער, פֿון קאָמעדיע ביז סאַטירישן עקסיסטענציאַליזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.