(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער פֿילם „זאַמדשטורעם‟ איז אַ דראַמע, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט דעם סטאַטוס פֿון פֿרויען אין דער בעדויִנער געזעלשאַפֿט אין נגבֿ. די דאָזיקע דראַמע האָט שוין געוווּנען כּמעט אַלע מעגלעכע פּריזן אין ישׂראל פֿאַר דער פֿילם־קונסט, און זי איז אויסגעקליבן געוואָרן צו רעפּרעזענטירן ישׂראל אין דעם קומענדיקן „אָסקאַר‟־געלויף. די מדינה האָט מן־הסתּם בעסער ליב די פֿילמען וועלכע פֿאָקוסירן זיך אויף דעם אינערלעכן סאָרט קריטיק קעגן דער קאָנסערוואַטיווער אַראַבישער געזעלשאַפֿט, ווי פֿילמען וואָס קריטיקירן זייער אונטערדריקונג מצד דער מדינה גופֿא. („קנופּ 48‟ איז כּולל אין זיך ביידע סאָרטן קריטיק).
דער פֿילם איז געשאַפֿן געוואָרן דורך אַ פֿרוי, עילית זעקצער, וואָס האָט סײַ אָנגעשריבן דעם סצענאַר, סײַ רעזשיסירט. ער האָט געוווּנען פּריזן און איז געלויבט געוואָרן נישט נאָר אין ישׂראל, נאָר האָט דערצו צונויפֿגעזאַמלט טראָפֿעעס אינעם „סאַנדאַנס־קינאָ־פֿעסטיוואַל‟ ווי אויך אין לוקערנאָ, בערלין, שענכײַ, און נאָך.
אַנדערע פֿילמען, וואָס זענען ווערט אַ דערמאָנונג, זענען „דאָס לאַנד פֿון די קליינע מענטשעלעך” (Land of the Little People) וועגן דעם גוואַלד און דער מיליטעריזירונג פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט; סאַיעד קאַשועס נײַע אָטאָביאָגראַפֿישע סעריע „דער שרײַבער‟ (The Writer); אייל כאַלפֿאָנס קאָמישע דאָקודראַמע (בלע״ז רופֿט מען דאָס אַ mockudrama) „די 90 מינוטיקע מלחמה‟ (The 90-Minute War); דאָקומענטאַרן וועגן אַ זאָאָ־גאָרטן אין ירושלים, און וועגן אַ פֿרוי אין נצרת וואָס קעמפֿט צו פֿאַרלייגן דעם ערשטן אַראַבישן סינמאַטעק אין ישׂראל.
דער פֿעסטיוואַל אָרגאַניזירט אויך ספּעציעלע אָוונטן און פּאַנעלן אין שײַכות מיט די פֿילם־טעמעס. איין אַזעלכער אָוונט, וואָס אויף אים איז בפֿרט כּדאַי אַ קוק צו געבן, איז טאַמאַר נאַפֿאַרס ראַפּ־אויפֿטרעטונג, דעם פֿינפֿטן דעצעמבער. ער וועט אויף אַראַביש, העברעיִש און ענגליש מיטזינגען אויף דער בינע מיטן אָרטיקן ראַפּזינגער מאַרקוס מאַמפֿאָרד, און מע זאָגט צו נאָך געסט־זינגערס.
דער פֿעסטיוואַל וועט פֿאָרקומען דעם ערשטן ביזן אַכטן דעצעמבער אין אַ פּאָר קינאָ־זאַלן אין דער שטאָט. מער פּרטים וועגן דעם „אַנדער ישׂראל‟ קינאָ־פֿעסטיוואַל פֿון 2016 געפֿינען זיך דאָ: https://www.otherisrael.org
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.