די הײַנטיקע פּרשה איז די איינציקע אין דער גאַנצער תּורה, וואָס טראָגט אַ נאָמען פֿון אַ פֿרוי. אינעם תּנ״ך איז פֿאַראַן אַ גאַנצער ספֿר, די מגילת־רות, וואָס דערציילט וועגן דעם, ווי אַזוי דוד המלכס עלטער־באָבע האָט פֿאַרלאָזט איר היים און זיך מגייר געווען. צווישן די טראַדיציאָנעלע נעמען פֿון די חומש־פּרשיות טרעפֿט זיך אָבער בלויז איין פֿרויען־נאָמען.
דאָס מיינט נישט, חלילה, אַז די פּרשה־נעמען האָבן אַ סעקסיסטישן טעם. בלויז אין אייניקע פֿון זיי טרעפֿן זיך פּערזענלעכע נעמען, און שׂרה, ווי די גרינדערין פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, פֿאַרנעמט צווישן זיי גאָר אַ בכּבֿודיק אָרט. דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס למעשׂה הייבט זיך אָן די הײַנטיקע סדרה מיט שׂרהס טויט. די תּורה דערציילט, אַז זי איז ניפֿטר און באַערדיקט געוואָרן אין חבֿרון, אין דער מערת־המכפּלה. אַ גרויס אָרט פֿאַרנעמט אין אונדזער פּרשה די חנעוודיקע לעבעדיקע מעשׂה וועגן יצחקס שידוך מיט רבֿקה. מע קאָן זאָגן, אַז די עיקר־ראָלע שפּילט אין אונדזער פּרשה טאַקע אַ פֿרוי.
די חז״ל זאָגן, אַז שׂרה איז ניפֿטר געוואָרן, ווען זי האָט געהערט, אַז איר באַליבטער זון, יצחק, איז שיִער נישט אומגעקומען ווי אַ קרבן. די חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז איר פּטירה האָט געהאַט צו טאָן נישט מיטן בוכשטעבלעכן שאָק, נאָר מיט איר אומגעוויינטלעך גרויסער מדרגה פֿון דבֿקות. ווען שׂרה איז געווויר געוואָרן וועגן יצחקס גרייטקייט צו ווערן אַ קרבן, איז זי אַליין באַגאַנגען אין איר זינען אַ „ווירטועלע” עקדה און האָט זיך טאַקע מקריבֿ געווען על קידוש־השם.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָן מען זאָגן, אַז שׂרה האָט דערגרייכט אַפֿילו אַ העכערע מדרגה, ווי איר זון. ווי מיר האָבן געשמועסט אינעם פֿאָריקן פּרשה־אַרטיקל, האָט אַבֿרהם געוווּסט, אַז סוף־כּל־סוף וועט זיך דער אומגעוויינטלעכער באַפֿעל פֿונעם באַשעפֿער אויסשפּילן מיט אַ גליקלעכן סוף. אַדרבה, גיבן דאָ די מקובלים צו אַן אינטערעסאַנטן גענדער־עלעמענט. יצחק האָט לכתּחילה געהאַט אַ נשמה פֿון אַ פֿרוי און וואָלט נישט געקאָנט האָבן קינדער; בײַ דער עקדה, איז זײַן נשמה אַרויסגעפֿלויגן פֿונעם גוף און זיך אומגעקערט מיט אַ נייטיקן מענערישן קאָמפּאָנענט. אַזוי צי אַזוי, איז יצחק געלעגן פֿיזיש צוגעבונדן צום מזבח, גרייט צו שטאַרבן. שׂרה האָט זיך אָבער בכּיוון אַרײַנגעפֿירט אין אַזאַ הויכער מדרגה פֿון דבֿקות, אַז איר נשמה איז אַרויסגעפֿלויגן אָן קיין פֿיזישער עקדה און זיך נישט אומגעקערט.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די אַנדערע באַרימטע תּנ״כישע צדקת, רות, האָט על־פּי קבלה בײַם אָנהייב געהאַט אַ נשמה פֿון אַ מאַן. צוליב דעם האָט זי אויך נישט געקאָנט האָבן קינדער. להיפּוך צו יצחקן, האָט זי דורך איר מסירת־נפֿש באַקומען דעם נייטיקן ווײַבערלעכן נשמה־קאָמפּאָנענט.
אונדזער פּרשה פֿאַרענדיקט זיך מיט אַבֿרהם אָבֿינוס פּטירה. ישמעאל און יצחק האָבן צוזאַמען באַערדיקט דעם טאַטן. בײַם סוף פֿון דער סדרה שטייט געשריבן, אַז ישמעאל איז ניפֿטר געוואָרן ווי אַ צדיק; „ויגוע וימת ויאסף אל עמיו”. נאָך די דערמאָנטע גײַסטיקע טראַנספֿאָרמאַציעס, דערציילט אונדז די תּורה וועגן אַן אַנדער גאָר וויכטיקן טראַנספֿאָרמאַציע־ענין: תּשובֿה.
נישט אַלע מפֿרשים שטעלן יצחק און ישמעאל אויף דער זעלבער מדרגה פֿון רוחניות. צום בײַשפּיל, דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי האָט געהאַלטן, אַז הגם ישמעאל האָט טאַקע תּשובֿה געטאָן, איז ער פֿאָרט נישט געווען קיין ייִד. זײַענדיק אַ זון פֿון הגר, און נישט שׂרה, איז ער געווען אַ כּשרער בן־נח, אַ פּראָטאָטיפּ פֿון די קומענדיקע נישט־ייִדישע צדיקים. אינעם פֿאָריקן פּרשה־אַרטיקל האָבן מיר דערמאָנט די טראַדיציאָנעלע אַסאָציאַציע פֿון בני־ישמעאל מיט די מוסולמענער. אין די לענדער, וווּ די ספֿרדישע ייִדן האָבן במשך פֿון דורות געוווינט צווישן די מוסולמענישע שכנים, איז געווען פֿאַרשפּרייט אַ מין דרײַ־פֿאַכיקער וועלט־באַנעם, לויט וועלכן אַן עכטער גוי מוז זײַן אַ קריסט, אָבער אַ מוסולמענער פֿאַרנעמט אַ צווישן־פּאָזיציע: ענלעך צו ייִדישקייט אין אַ סך אַספּעקטן, אָבער פֿאָרט נישט קײן ייִד.
ווײַט נישט אַלע באַקאַנטע ספֿרי־קודש זענען אָבער מסכּים מיט אַזאַ אָפּשאַצונג פֿון ישמעאל. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה גיט דער קלאַסישער פּירוש „דעת זקנים” איבער די דעה פֿון די בעלי־תּוספֿות, אַז ישמעאל האָט תּשובֿה געטאָן און אַלע זײַנע פֿריִערדיקע צווייפֿלהאַפֿטיקע מעשׂים זענען בטל געוואָרן. צי מע זאָל אים באַטראַכטן ווי אַ גר אָדער בעל־תּשובֿה, איז ער יאָ ניפֿטר געוואָרן ווי אַ ייִד אַ צדיק.
די תּורה דערציילט אונדז, אַז שׂרה האָט אָפּגעלעבט 127 יאָר, ווײַל בײַ 100 יאָר איז זי געבליבן פּונקט אַזאַ צדקת, ווי בײַ 20, און געבליבן שיין ווי אַ 7־יאָריק מיידל. אינעם דערמאָנטן פּסוק, וווּ די תּורה איז מרמז וועגן ישמעאלס תּשובֿה, שטייט געשריבן, אַז ער האָט אָפּגעלעבט נאָך לענגער, 137 יאָר. אין פֿאַרגלײַך מיט שׂרה, פֿאַרטיפֿט זיך אָבער נישט רש״י אין די רמזים, וואָס שטעקן אין זײַן בכּבֿודיקן עלטער, און באַמערקט, אַז די תּורה גיט אונדז איבער, וויפֿל יאָר ישׂמעאל האָט געלעבט, כּדי צו דערקלערן יעקבֿס ביאָגראַפֿישע פּרטים. דער „דעת זקנים” איז בפֿירוש נישט מסכּים און באַטאָנט, אַז צוליב זײַן תּשובֿה מוז מען פֿאַרגעסן אַלע ישמעאלס פֿריִערדיקע פֿעלערן. עס באַקומט זיך, אַז אַזוי ווי שׂרה האָט ער, סוף־כּל־סוף, כּשר אָפּגעלעבט זײַנע 137 יאָר. ווי ס׳איז באַקאַנט, ווען מע טוט אַן אמתע תּשובֿה, פֿאַרוואַנדלט דער רבונו־של־עולם געוועזענע עבֿירות אין זכותים.
דער גרויסער מקובל יעקבֿ־קאָפּל ליפֿשיץ גיט צו אַן אינטערעסאַנטן סאָציאַלן מאָמענט און דערקלערט, אַז אַזוי ווי ישמעאל האָט תּשובֿה געטאָן, וועלן אין משיחס צײַטן די מוסולמענער אויף אַ קאָלעקטיוון אופֿן דערגרייכן די זעלבע מדרגה, ווי די ייִדישע צדיקים. צום באַדויערן, איז אין דער הײַנטיקער וועלט שווער זיך פֿאָרצושטעלן די רעאַליזאַציע פֿון אַזאַ אידעאַליסטישן משיחישן סצענאַר. ס׳איז כּדאַי זיך אָבער צו באַטראַכטן אינעם אינערלעכן ייִדישן אַספּעקט פֿון ישמעאלס גײַסטיקער ירושה. זײַענדיק דער ערשטער ייִדישער בעל־תּשובֿה אין דער וועלט, האָט ער בײַם סוף זוכה געווען צו שטיין ברוחניות צוזאַמען מיט זײַן ברודער. הגם יצחק האָט דערגרייכט גאָר אַ הויכה השׂגה פֿון רוחניות בעת זײַן עקדה, און זײַן מאַמע איז ניפֿטר געוואָרן בעת אַ מין עקסטרעם הויכער מעדיטאַציע, האָט ישמעאלס תּשובֿה בעצם געפּועלט דאָס זעלבע.
אין דער הײַנטיקער וועלט קאָנען די דערמאָנטע קבלה־טראַדיציעס וועגן גענדער־טראַנספֿאָרמאַציעס און שׂרהס מעדיטאַטיוועײַ „עקדה” זיכער אַרויסרופֿן אַ גרויסן אינטערעס ווי אַן אוצר פֿון פּסיכאָלאָגישע און פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען. פֿון דער צווייטער זײַט, באַציִען זיך אַ טייל אײַנגעבוירענע חרדים, צום באַדויערן, מיט אַ גרויסן חשד צו אייגנאַרטיקע בעל־תּשובֿות ווי צו אַ מאָדנער חבֿרה, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט עפּעס, וואָס זעט אויס, חלילה, כּמעט ווי אַן אַנדער רעליגיע.
עס ווילט זיך האָפֿן, אַז אַמאָל וועט מקוים ווערן דער דערמאָנטער קבלה־אידעאַל וועגן אחדות צווישן די פֿעלקער. דערווײַל איז אָבער כּדאַי זיך צו פֿאַרטראַכטן וועגן די פּערסאָנאַזשן פֿון דער הײַנטיקער פּרשה און פֿאַרשטיין, אַז דער „עקדהדיקער” שטרענגער דרך, טיפֿע מעדיטאַציעס און בעל־תּשובֿישע חידושים קאָנען, נישט געקוקט אויף די אויבערפֿלעכלעכע קולטורעלע חילוקים, ברענגען צום זעלבן תּכלית.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.