(די 2 טע זײַט פֿון 2)
כאָטש קאַהנס ייִדישער טעקסט איז אַ ביסל אַנדערש פֿונעם אָריגינאַל (ווײַל כּדי אויפֿצוהאַלטן געראָטענע גראַמען און ריטמען אויף ייִדיש קען עס דאָך נישט זײַן קיין פּינקטלעכע איבערזעצונג), טראָגט דאָס ליד בפֿירוש דעם גײַסט פֿון לענאַרד כּהנס מאָדערנעם פּאָעטישן סטיל. אין דניאלס נוסח קלינגט עס אָבער גלײַכצײַטיק ווי אַ ליבע־ליד, אויסגעדריקט מיט אַ פֿרישער דירעקטקייט און אינטימקייט, וואָס שפּיגלט אָפּ דעם צוגאַנג פֿון דער הײַנטיקער יוגנט:
אָ טײַערע איך קען דײַן סטיל,
איך בין געשלאָפֿן אויף דײַן דיל
כ׳האָב קיין מאָל נישט געלעבט מיט אַזאַ צנועה.
און שפּעטער:
אוי ווי אַמאָל, טאָ זאָג מיר אויס:
וואָס טוט זיך דאָרטן אין דײַן שויס?
טאָ וואָס זשע דאַרפֿסט זיך שעמען ווי אַ בתולה?
די סעקסועלע אָנצוהערענישן אין די סטראָפֿעס, און דער אופֿן ווי אַזוי דניאל זינגט עס אויס, קלינגט אפֿשר סובטיל לויט די סטאַנדאַרטן פֿון די הײַנטיקע ליבע־לידער אויף ענגליש, אָבער אויף ייִדיש קען עס פֿאָרט אַרויסרופֿן אַן איבערראַשונג, בפֿרט בײַ יענע, וואָס ריכטן זיך אַז אַ ייִדיש ליד דאַרף זײַן „צניעותדיק‟ — אפֿשר דערפֿאַר ווײַל ביזן הײַנטיקן טאָג באַטראַכטן אַ סך מענטשן די ייִדישע שפּראַך ווי טייל פֿון אַ תּקופֿה ווען מע האָט וועגן אַזוינע זאַכן נישט גערעדט.
אַוודאי איז עס נישט אַזוי. אַ צאָל אַלטע ייִדישע לידער שילדערן יאָ אַ סעקסועלן מאָטיף. זלמן שניאורס „מאַרגאַריטקעלעך‟, למשל, גיט איבער דעם דיאַלאָג צווישן אַ בחור און אַ מיידל אין וואַלד, וווּ ער פּרוּווט זי איבערצײַגן צו שלאָפֿן מיט אים, כאָטש זי וויל נישט; בײַם סוף פֿון ליד, זעט אויס, אַז זי האָט אים טאַקע נאָכגעגעבן. אָבער וויפֿל צוהערער באַמערקן דאָס אַפֿילו? די מעלאָדיע איז אַזוי זיס און ליריש, אַז אויב מע הערט זיך נישט גוט צו צום טעקסט, קען מען גרינג פֿאַרפֿעלן יענע רמזים.
סאָסיע פֿאַקס און דניאל קאַהן ווײַזן אונדז, אַז מע קען פֿאָרט זיך אויסדריקן אָפֿן־האַרציק, דירעקט און „סעקסי‟ אויף ייִדיש, פּונקט ווי אויף אַלע מאָדערנע שפּראַכן — אַ זאַך, וואָס איז נייטיק, אויב מע וויל אַז ייִדיש זאָל אָנגענומען ווערן ווי אַ גערעדטע שפּראַך בײַ די קומעדיקע דורות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.