עד־היום װײסט מען אויף זיכער צװײ פּרטים װעגן דעם נײַעם טראָמפּ־רעזשים: ער באַקרעפֿטיקט די ראַסיסטן, און ער באַגײַסטערט די אַנטיסעמיטן.
װי עס וועט אויסזען טראָמפּס „פֿאַרשענערטע און פֿאַרבעסערטע” אַמעריקע, האָט מען קלאָר געזען דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת נאָך הבֿדלה, װען די „נאַציאָנאַלע פּאָליטיק־אינסטיטוט‟, אַן „אַלט־רײַט” [אַן אייפֿעמיזם פֿאַר עקסטרעם־רעכטע] אָרגאַניזאַציע האָט געהאַלטן אַ קאָנפֿערענץ אין שטאָט װאַשינגטאָן, און איר אָנפֿירער, ריטשאַרד ב. ספּענסער — װאָס, צו 38 יאָר, זעט אױס װי גאָרנישט מער װי דער לעצטער צענערלינג אין אַמעריקע — האָט געהאַלטן אַן איצט טרויעריק באַרימטע רעדע, אָנגעפּיקעװעט מיט נאַציסטישע סאַלוטן און געשרײען פֿון „הײַל טראָמפּ.”
װי אַלע אַספּעקטן פֿון דער טראָמפּ־װעלט, האָט אַפֿילו דער „אַפּאָקאָליפּס‟ אַ ביליק געפֿיל: בשעת ספּענסער האָט גערעדט איבער אַ ים פֿון אומגעלומפּערטע פֿריזורן און מגושם־גראָבע פּאַרשוינען, האָט דער ספּענסער, אויף װעמען דער פּרעסטיזש זעט אױס אַזױ קרום װי דער קראַװאַט װאָס ער האָט געטראָגן, אױסגעזען ממש ווי אַ בר־מצווה בחור װאָס לײענט זײַן דבֿר־תּורה פֿאַרן שפּיגל.
מע דאַרף נישט קיין דאָקטאָראַט אין געשיכטע כּדי צו פֿאַרשטײן װיפֿל פֿון יענעם מאַניפֿעסט איז פּראָסט־פּשוט פֿאַלש און אַבסורד. אײן פֿראַזע, אָבער, הילכט אָפּ אויף אַן אופֿן װאָס דער רעדנער האָט מסתּמא זיך נישט געריכט. באַשרײַבנדיק די װײַסע „ראַסע” ווי „קינדער פֿון דער זון” — מן־הסתּם אַ פּאַראַפֿראַזע פֿון פֿרידריך ניטשע, װעמענס חוש פֿאַר איראָניע ער, אַזױ װי די פֿריִערדיקע נאַציס אין משך פֿונעם לעצטן יאָר־הונדערט, האָט נישט פֿאַרשטאַנען — דערמאָנט אונדז ספּענסער אין נאָך אַ געפֿערלעכן אַנטיסעמיט, דער אַפֿראָצענטרישער פּראָפֿעסער לענאַרד דזשעפֿריס. מיט אַ װיסנשאַפֿטלעכער אױסגעהאַלטנקײט האָט דזשעפֿריס, אין די אָנהייב 1990ער יאָרן, באַצייכנט מענטשן פֿון אַפֿריקאַנער אָפּשטאַם ווי „זון־מענטשן”, און די אָפּשטאַמיקע פֿון אייראָפּע — ווי „אײַז־מענטשן.” װען סײַ װײַסע, סײַ שװאַרצע קענען בײדע זײַן די קינדער פֿון דער זון, הײסט עס, אַז אַלצדינג מײנט אַלצדינג, און גאָרנישט באַטײַט גאָרנישט; אַ הפֿקר־װעלט…
אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אָבער גאַנץ פֿאָרױסזעעװדיקן אופֿן, זענען דזשעפֿריס און ספּענסער אײגנטלעך אויפֿן זעלבן צד פֿון אַ קולטור־קריג װאָס האַלט אין ברענען דורך דער גאַנצער אַמעריקאַנער געשיכטע, און װאָס — אין מאָמענטן פֿון קריזיס — צעפֿלאַקערט זיך אין אַ שׂריפֿה. דער „קולטורקאַמף” פֿירט זיך נישט צװישן װײַסע און שװאַרצע, אָדער קריסטן און מוסעלמענער, אָדער היגער און אימיגראַנטן, נישט געקוקט אויף װיפֿל ספּענסער אָדער טראָמפּ אַלײן שטעלט דעם קאַמף פֿאָר אַזױ. עס איז אין דער אמתן אַ געראַנגל צװישן צוויי צדדים: די מענטשן װאָס גלײבן אַז אַמעריקע זאָל זײַן אַן אָפֿענע געזעלשאַפֿט באַזירט אויף געזעצן און בשותּפותדיקע אינסטיטוציעס, און די מענטשן װאָס האַלטן אַז אַמעריקע איז אַ געמײנשאַפֿט באַזירט אויף דער גענעטיק. אָבער קײן מאָל נישט אינעם לעצטן יאָרהונדערט האָט עס אויסגעזען ווי דער צװײטער צד נעמט דעם אױבן־אָן, און קײן מאָל האָט אַ דעמאַגאָג מיט נײַן מאָס רײד אַזױ װי ספּענסער נישט אַזוי געשטימט מיט דער רעגירונג װי הײַנט־צו־טאָג.
דאָס געראַנגל איז אַ קאַמף אין װעלכן די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן אַ קלאָרע מאָראַלישע ראָלע צו שפּילן. מיט הונדערט יאָר צוריק, אײדער עס האָט זיך געשאַפֿן די אימיגראַציע־געזעצן װאָס האָבן מיט דער צײַט פֿאַרווערט די ייִדישע אימיגראַנטן זיך צו באַזעצן אין אַמעריקע — דווקא אין אַ מאָמענט װען זײ האָבן צום מערסטנס געדאַרפֿט אַ מקום־מיקלט — איז די פֿראַגע, װער ס׳איז אַן „עכטער אַמעריקאַנער‟, און װאָס פֿאַר אַ געזעלשאַפֿט אַמעריקע זאָל זײַן, געווען אַ ברענענדיקע קשיא. דאָס איז געווען אַ צײַט פֿון לינטשערײַ — די אַזוי־גערופֿענע טױטשטראָף פֿון אַפֿראָ־אַמעריקאַנער (און, אין אײן בײַשפּיל, דעם אַמעריקאַנער ייִד לעאָ פֿראַנק), דורכגעפֿירט פֿון אַ ווילדן המון אָן קיין לעגאַלן מישפּט. צום מערסטנס זענען די לינטשערײַען פֿאָרגעקומען אין די דרומדיקע שטאַטן פֿון דער אַמאָליקער קאָנפֿעדעראַציע.
די ייִדישע פּרעסע איז געװען אין גאַנצן פֿאַרטאָן אין דעם ענין: װי פֿיליפּ קראַנץ (זײַן אמתער נאָמען: יעקבֿ ראָמבראָ, 1858־1922) האָט געשריבן אינעם „פֿאָרווערטס‟ דעם 21סטן דעצעמבער 1918: „אונדזערע שװאַרצע מיטבירגער בלײַבן אונטערדריקט, טראָץ די אַלע פֿאָדערונגען פֿון דער אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע, טראָץ די אַלע פּאַפּירענע אױסדרוקן װעגן גלײַכבאַרעכטיקײט פֿון אַלע בירגער, אַפֿילו די װאָס האָבן נישט דאָס מזל געבױרן צו װערן מיט װײַסער הױט.”
קראַנצס איראָניע אינעם אַרטיקל איז געווען אַ בכּיוונדיקע; אין יאָר 1918, איז לינטשערײַ בכלל נישט פֿאַררעכנט געווען ווי אַ פֿאַרברעכן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן; נישט ביז די 1990ער יאָרן איז עס אַזוי באַצייכנט געװאָרן דורך די פֿעדעראַלע בירגעררעכט געזעצן. די קאָנסטיטוציע, ביז די ראַטיפֿיצירונג פֿונעם פֿערצנטן אַמענדמענט, האָט נישט באַשיצט די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פֿון דיסקרימינאַציע; פֿאַרקערט, זי האָט בעצם לעגאַליזירט דיסקרימינאַציע קעגן זיי.
פֿון דעסטװעגן זעט אויס ווי קראַנץ האָט שוין דעמאָלט פֿאַרשטאַנען דעם באַגריף „בלאַק לײַװז מאַטער” [„די שוואַרצע זענען אויך חשובֿ”], און װי אַזױ די בירגערשאַפֿט פֿון ייִדן אין אַמעריקע איז פֿאַרבונדן מיטן אופֿן װי די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט באַהאַנדלט אַלע מינדערהייט־גרופּעס און עטנישע קהילות, נישט נאָר די ייִדן. קראַנצס צוגאַנג צום ענין שטימט מיטן קוקווינקל פֿון דער גאַנצער ייִדישער פּרעסע פֿון יענער צײַט, און אויך פֿון דער שיינער ליטעראַטור, אַזוי ווי יוסף אָפּאַטאָשוס לאַנגע דערציילונג, „לינטשערײַ‟. דער געדאַנק אַז אַמעריקע איז אַ לאַנד פֿון קאָנסטיטוציאָנעלע געזעצן און עטישע טראַדיציעס איז געװאָרן דער מיטל דורך װעלכע ייִדישע ראַדיקאַלן אַזױ װי קראַנץ האָבן זיך טאַקע אידענטיפֿיצירט ווי אַמעריקאַנער. לױט דעם שטײגער איז דער ראַדיקאַליזם פֿונעם אימיגראַנטישן דור נאָכן חורבן פֿאַרוואַנדלט געװאָרן אינעם ייִדישן ליבעראַליזם, און דורך דעם איז דער ליבעראַליזם געװאָרן נישט נאָר אַ ייִדישע, נאָר אויך אַן אַמעריקאַנער פּאָליטישע ירושה, װאָס האָט דערפֿירט צו דער בירגעררעכט־באַװעגונג, דעם פֿעמיניזם, דער האָמאָסעקסואַליסטישער („גײ‟־רעכט) באַװעגונג און דער אימיגראַנטן־רעכט באַװעגונג, װאָס געפֿינען זיך איצט אין אַ סכּנה צוליב די סטראַשונקעס פֿון אַן אַדמיניסטראַציע װאָס בײזערט זיך קעגן געוויסע מינאָריטעטן, און אױכעט קעגן דעם באַגריף אַז אַלע אַמעריקאַנער זענען גלײַך, לױטן געזעץ.
זעענדיק װי נעבעכדיק איז געװען ריטשאַרד ספּענסערס פּרוּוו זיך צו לעגיטימיזירן דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת־צו־נאַכטס, לײגט זיך אױפֿן שׂכל אַז ער װעט װערן אַ קאָפּ־דרײעניש פּונקט װי לענאַרד דזשעפֿריס איז געװען מיט 25 יאָר צוריק. אָבער דער ענין, װאָס מײנט „אַמעריקע”, איז עפּעס װאָס װעט זיך שאַפֿן פֿון דאָס נײַ מיט יעדן באַשלוס וואָס די נײַע רעגירונג װעט מאַכן.
ייִדן מוזן דעריבער באַנײַען דעם אַמאָליקן יד־אחת מיט אַנדערע גרופּעס. װען מע דערקענט די הױלע נאַרישקײט פֿון ספּענסערס געדאַנק אַז אַ „פּאָטענציאַל פֿאַר גרויסקייט” ליגט אין דעם מענטשלעכן שטאַם און אין די גענען, דאַרפֿן מיר אַליין פֿאַרשטיין, אַז די אמתדיקע גרויסקייט פֿון אַמעריקע קען בלויז געמאָסטן ווערן דורכן שטעלן זיך אַנטקעגן דער טראָמפּ־רעגירונג, און נישט אָננעמען איר פּאָליטיק אָדער איר וועלטבאַנעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.