(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די עליה האָט מקיים געװען דעם „חלום פֿון אַ דור װאָס איז אױפֿגעװאַקסן אין דער װעלט פֿון סאָװעטישע סימולאַקרעס און דעם מאַגישן רעאַליזם פֿון דער װעלט־ליטעראַטור‟. דאָס לעבן און שרײַבן אין ישׂראל, פֿאַרסך־הכּלט קאַצמאַן זײַנע חקירות, „װערט אויפֿגענומען װי אַ קינסטלערישער און קאָנצעפּטועלער פּראָיעקט, אַ מעגאַ־פֿאָרשטעלונג, מער רעאַל אײדער די װירקלעכקײט גופֿא‟. אַזױ אַרום האָט די דערפֿאַרונג פֿון דער עליה און לעבן אין ישׂראל לגמרי געביטן דעם עצם פֿון דער ליטעראַרישער שאַפֿונג. דער גלות איז געװען אַ חלום; ארץ־ישׂראל איז די װאָר.
שױן אין דער שפּראַך פֿון קאַצמאַנס דרײסטע כּוללדיקע דעקלאַראַציעס שטעקט אַ שטיקל פּראָבלעם. דאָס בוך װאָלט זיכער סטיליסטיש אויסגענומען, בפֿרט דורך אויסמעקן די פֿילצאָליקע פּרעפֿיקסן „מעטאַ־‟ „מעגאַ־‟ און „נעאָ־‟. אָבער די מער װאָגיקע פֿראַגע איז די גילטיקײט פֿון קאַצמאַנס אַרגומענט. מען קאָן אַרויסדרינגען אַ סך טיפֿזיניקע מחשבֿות אין דינה רובינאַס ראָמאַנען, אָבער אין תּוך בלײַבן זײ אַ קאָמערציעלע מאַסן־פּראָדוקציע, װאָס שפּילט גאַנץ געניט אױף פֿאַרשידענע מעטאַפֿיזישע סטרונעס. און דאָס איז ניט קײן חסרון, װאָרן דװקא דאָס מאַכט רובינאַ פּאָפּולער צװישן דעם ברײטן לײענערישן עולם דװקא אין רוסלאַנד, װוּ זי פֿאַרקױפֿט אירע ביכער. אָבער קײן פֿילאָסאָפֿישע שרײַבערין איז זי ניט. די פֿיר אַנדערע מחברים — נקוד זינגער, אלישבֿע און יורי נעסיס און מיכאל יודסאָן — זײַנען אױך נישקשהדיקע שרײַבער, װאָס פּאַסן זיך גאַנץ גוט צו צו געװיסע שיטות אין דער הײַנטצײַטיקער רוסישער ליטעראַטור, אָבער זײ עפֿענען ניט קײן טיפֿע מעטאַפֿיזישע תּהומים.
אַ היפּשער טײל פֿון דער רוסיש־שפּראַכיקער אינטעליגענץ אין ישׂראל, װי אין אַנדערע װינקלען פֿונעם הײַנטיקן רוסישן „גלות‟, קאָכט זיך אין דער אײגענער יױך. פֿון דעם װאַקסן כּלערלײ גרױסאַרטיקע חלומות װעגן דעם משיחיסטישן שליחות פֿון דער רוסיש־ישׂראלדיקער ליטעראַטור, װאָס האָבן אַ קנאַפּן יסוד אין די ליטעראַרישע טעקסטן. דאָס הײסט ניט, אַז די דאָזיקע ליטעראַטור האָט ניט קײן קינסטלערישן װערט. פֿאַרקערט, דװקא דער שפּיל מיט מעטאַפֿיזישע אידעען און משיחיסטישע געשטאַלטן מאַכט זי אינטערעסאַנט און צומאָל פֿאַרכאַפּנדיק. אָבער מען דאַרף האַלטן אין זינען, דאָס מאַכט די דאָזיקע װערק יוצא־דופֿנדיק אינעם ברײטערן רוסישן קולטורעלן קאָנטעקסט. מעטאַפֿיזיק און משיחיזם איז אַ גאַנגבאַרע סחורה אין הײַנטיקן רוסלאַנד, װאָס באַדינט גאַנץ גוט פּוטינס אױטאָריטאַרישע אַמביציעס. און בכּלל, האָט מען זיך שױן, דאַכט זיך, גוט אָפּגעלערנט פֿון דער געשיכטע, אַז אַ „זאָנדער־װעג‟ פֿירט אין ערגעץ־ניט…
דער מעטאַפֿיזישער עבֿרי איז אַ געפֿערלעכער כּלי. ער באַפֿרײַט דעם פֿאָרשער פֿונעם אַחריות פּינקטלעך און פּרטימדיק אױסצוטײַטשן דעם טעקסט, און פֿאַרװאַנדלט דעם ליטעראַרישן אַנאַליז אין אַ דרשה. עס איז אַ מין יצר־הרע, װאָס פֿאַרשטומפּיקט דעם קריטישן חוש און פֿאַרבײַט אים מיט באָמבאַסטישער מליצה. און אַזאַ מין פּירוש העלפֿט ניט אַרױסצופֿירן די הײַנטיקע רוסיש־ישׂראלדיקע ליטעראַטור פֿון די ד’ אמות פֿון איר מעטאַפֿיזישן געטאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.