אויפֿן וועג אַהיים, נאָכן אַנטלויפֿן פֿון לבֿן מיט זײַן משפּחה, האָט יעקבֿ מורא געהאַט, אַז זײַן ברודער עשׂו איז נאָך אַלץ ברוגז אויף אים. יעקבֿ האָט אַרויסגעשיקט מלאָכים, וועלכע האָבן זיך אומגעקערט און איבערגעגעבן, אַז עשׂו, זײַענדיק נאָך אַלץ אין כּעס, גייט אים אַנטקעגן מיט אַ גאַנצער אַרמיי. יעקבֿ האָט תּפֿילה געטאָן און צוגעגרייט עטלעכע קאַראַוואַנען מתּנות, כּדי צו באַרויִקן דעם ברודער. אינעם ערגסטן פֿאַל איז יעקבֿ געווען גרייט צו אַ מעגלעכער מלחמה.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דער סאַטמאַרער רבי, יואל טייטלבוים, דערקלערט אויפֿן סמך פֿונעם רבמ״ן, אַז יעקבֿ אָבֿינו האָט נישט געוואָלט זיך קריגן מיט עשׂו. ער האָט זיך אָבער צוגעגרייט צו באַשיצן זײַן משפּחה און אַנטלויפֿן פֿון אַ מעגלעכער קאָנפֿליקט־סיטואַציע. אַזוי צי אַזוי, האָבן זײַנע מתּנות אײַנגעשטילט עשׂוס כּעס.
בײַנאַכט, איידער די ברידער האָבן זיך באַגעגנט און שלום געמאַכט צווישן זיך, האָט זיך צו יעקבֿן באַוויזן אַ מלאך און זיך אָנגעהויבן מיט אים שלאָגן. יעקבֿ האָט געוווּנען און באַקומען פֿאַר דעם זײַן צווייטן נאָמען, ישׂראל. „כּי שׂרית עם אלקים ועם אנשים ותּוכל‟, דערקלערט אונדז די הייליקע תּורה, ווײַל ער האָט געוווּנען אין אַ קריג סײַ מיט מענטשן, סײַ — בוכשטעבלעך — מיטן באַשעפֿער אַליין.
פֿרעגט זיך אַ קשיא. ווי געזאָגט, האָט יעקבֿ נישט געוואָלט זיך פֿיזיש קריגן מיט זײַן ברודער. דאָס שלום מאַכן דורכן צושיקן אַ גאַנצן קאַראַוואַן טײַערע מתּנות קלינגט נישט ווי אַ גרויסער נצחון. להיפּוך, ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַ מחלוקת מיט אַ מלאך, וואָלט מען געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז דער בעסטער אופֿן צו געווינען זענען דורך תּפֿילה און אַנדערע ריין־גײַסטיקע עבֿודות. דערצו, קלינגט זייער מאָדנע יעקבֿס נײַער נאָמען, וואָס אינעם בוכשטעבלעכן זין לויבט זײַן נצחון איבערן אייבערשטן אַליין. אַ צדיק מוז דאָך פֿאָלגן דעם אייבערשטן, און נישט, חלילה, קריגן זיך מיט אים.
די קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן, אַז דער מלאך איז געווען, אין דער אמתן, דער בייזער „סמך־מם‟, דער שׂר פֿון עשׂו און דער מעטאַפֿיזישער מלך פֿון דער סיטרא־אַחרא. יעקבֿ האָט זיך געקריגט נישט מיט אַ הייליקן מלאך, נאָר מיטן טײַוול. הגם אַזאַ אינטערפּרעטאַציע לייגט זיך אויפֿן שׂכל, זענען די מקובלים, אין אַ געוויסן זין, אויך מסכּים מיטן בוכשטעבלעכן טײַטש פֿונעם פּסוק. פֿאַרשיידענע נעמען פֿונעם רבונו־של־עולם רעפּרעזענטירן פֿאַרשיידענע מדרגות און השׂגות פֿון געטלעכקייט. דער שם „אלוקים‟ רעפּרעזענטירט די געטלעכע אַנטפּלעקונג אין די נאַטירלעכע גשמיותדיקע כּוחות. בעת זײַן געראַנגל מיט עשׂוס בייזן מלאך, האָט יעקבֿ גובֿר געווען די דאָזיקע מדרגה און משׂיג געווען די העכערע איבערנאַטירלעכע מדרגה פֿונעם הייליקן שם „הויה‟.
עס באַקומט זיך, אַז ביידע פּירושים זענען גערעכט. כּדי מנצח זײַן דעם יצר־הרע, זײַן אייגענעם „סמך־מם‟, מוז מען פּטור ווערן פֿון פֿעלערדיקע און באַגרענעצטע גײַסטיקע השׂגות. די חסידישע דענקער באַמערקן, אַז אַפֿילו דער אַטעיִסטישער אַנטי־רעליגיעזער קאַמף שטאַמט צומאָל פֿון אַ הייליקער כּוונה, אָבער ווערט אויסגעדריקט אויף אַ קרומען אופֿן. אַן אַטעיִסט קעמפֿט קעגן פֿאַלשע געטער, אָבער שטעלט זיך אָפּ אויפֿן האַלבן וועג און קומט נישט צום אמתן גאָט.
אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר געלייענט וועגן דעם הימלישן לייטער, וועלכן יעקבֿ האָט שוין דערזען אין אַ חלום, ווען ער איז אײַנגעשלאָפֿן אויפֿן אָרט פֿונעם קומענדיקן בית־המיקדש. דער לייטער רעפּרעזענטירט דעם כּוח פֿונעם דאַוונען, וואָס דערמעגלעכט צו באַפֿרײַען די נשמה פֿון גשמיותדיקע באַגרענעצונגען און אַנטפּלעקן אין זיך דאָס געטלעכן ליכט. די חז״ל פֿאַרגלײַכן די עבֿודת־התּפֿילה צו אַ מלחמה — „שעת צלותא שעת קרבֿא‟. מיר ווייסן נישט פּינקטלעך, ווי אַזוי יעקבֿ אָבֿינו האָט געפֿירט זײַן מיסטישן געראַנגל; עס קאָן זײַן, אַז ער האָט עס געטאָן אויף אַ ריין־גײַסטיקן אופֿן, אָבער מיט אַזאַ אינטענסיווער כּוונה, אַז בײַם אַרויפֿגיין אויף זײַן אינערלעכן הימלישן לייטער האָט ער געליטן פֿון אַ פֿיזישער וווּנד. עס זענען באַקאַנט נישט ווייניק מעשׂיות וועגן צדיקים, וואָס זענען ניפֿטר געוואָרן בעתן גאָר אינטענסיוון דאַוונען.
אין דער חב״ד־טראַדיציע, אָנהייבנדיקן מיטן „אַלטן רבין‟, דער מחבר פֿונעם „ספֿר התּניא‟, ווערט פּרטימדיק דערקלערט דער טיפֿער באַדײַט פֿון יעקבֿס מתּנות צו זײַן ברודער. די תּורה רופֿט זיך אָן אַ „מנחה‟ — אַ מין קרבן. בעת זײַן באַגעגעניש מיט עשׂו, האָט יעקבֿ דערציילט, אַז דער אייבערשטער האָט אים געשענקט „שור וחמור‟ — אָקסן און אייזלען. עס באַקומט זיך, אַז אין זײַן „קרבן‟ האָט יעקבֿ אויסגעמישט כּשרע און טרייפֿענע בהמות.
ווי ס׳איז באַקאַנט, ווערט עשׂו אַסאָציִיִרט בײַ ייִדן מיט דער קריסטלעכער רעליגיע. אַ סך צדיקים זענען מסכּים, אַז אין די משיחישע צײַטן וועט די גשמיותדיקע הלכה בטל ווערן. די הויפּטשטראָמיקע קריסטן גלייבן, אַז משיח איז שוין געקומען און ממילא איז בטל געוואָרן דער חילוק צווישן דעם כּשרן אָקס און דעם טרייפֿענעם אייזל. עשׂו האָט געמיינט, אַז ער האָט דערגרייט אַזאַ הויכע מדרגה און מעג שוין לעבן לויט דער משיחישער לאָגיק. מיט זײַנע מתּנות, האָט יעקבֿ אויף אַ סימבאָלישן אופֿן דערקלערט דעם ברודער, אַז אין אַ געוויסן זין איז די משיחישע לאָגיק גערעכט. אין די אייזלען און די קעמלען געפֿינט זיך אויך אַ פֿינקל פֿון געטלעכקייט. ס׳איז אָבער נאָך נישט געקומען די צײַט אײַנצופֿירן דעם משיחישן „הייליקן כאַאָס‟ און טאָן וואָס מע וויל. ווי אַ רעזולטאַט, האָט עשׂו פֿאַרשטאַנען די רמזים, זיך צעקושט מיט יעקבֿן און געלאָזט זײַן ברודער צו רו.
ווען יעקבֿ האָט זיך געגרייט זיך צו טרעפֿן מיט זײַן ברודער און געשיקט צו אים הימלישע שליחים, האָט ער זיי געבעטן איבערצוגעבן, אַז ער האָט געוויינט בײַ לבֿן, „עם לבֿן גרתּי‟. ווי עס דערקלערט די חז״ל, איז דאָס וואָרט „גרתּי‟ מרמז בגימטריא אויף די תּרי״ג מיצוות, וואָס יעקבֿ האָט זיי געהיט, נישט געקוקט אויף דער שלעכטער השפּעה פֿון לבֿן. על־פּי חסידות, האָט יעקבֿ דערמיט געמיינט, אַז אַפֿילו פֿון לבֿנס שווינדלערישע מעשׂים האָט ער אָפּגעלערנט עצות פֿאַר עבֿודת־השם. זײַענדיק אַ בפֿירושער בעל־עבֿירה, ווײַזט אַ גנבֿ אַרויס אַ געוויסע אַנטשלאָסנקייט און אַפֿילו מסירת־נפֿש; די דאָזיקע מידות קאָן מען אויסנוצן פֿאַר הייליקע צוועקן.
מיט אַזאַ רמז, האָט יעקבֿ געוויזן זײַן ברודער, אַז אַפֿילו בפֿירוש שלעכטע מעשׂים, ווי גנבֿות און שווינדלערײַ, קאָנען דינען ווי אַ קוואַל פֿון חכמה און תּשובֿה. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז מע מעג טאָן כּלערליי שלעכטס און מיינען, אַז בײַם סוף קאָן מען תּשובֿה טאָן און דער אייבערשטער וועט אַלץ מוחל זײַן. דער פּרינציפּ איז ריכטיק; די חז״ל באַטאָנען, אַז אַ בעל־תּשובֿה שטייט אויף אַ העכערער מדרגה, ווי אַ צדיק, וועלכער האָט קיינמאָל נישט געזינדיקט. פֿונדעסטוועגן, מיינט עס נישט, אַז מע מעג זיך לכתּחילה פֿאַרלאָזט אויף אַזאַ לאָגיק.
אַ פֿיזישע מלחמה פֿאָדערט אַנטשלאָסנקייט און פֿיזישע פֿעיִקייטן. איבערצוצײַגן עמעצן שלום צו מאַכן מיט טיפֿע פֿילאָסאָפֿישע רמזים איז אָבער אַ סך שווערער און פֿאָדערט אַ גרויסע חכמה. עס באַקומט זיך, אַז יעקבֿ האָט כּשר פֿאַרדינט זײַן נײַעם נאָמען. דער פּערזענלעכער וועג צום באַשעפֿער איז אַ שווערער קאַמף, צומאָל שווערער און מער סכּנותדיקע ווי אַ פֿיזישע מלחמה, און דער שווערסטער קאַמף מיט מענטשן ווערט געפֿירט דווקא מיט פֿרידלעכע אַרגומענטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.