וועט טראָמפּ מאַכן אַמעריקע ווידער געזונט?

Will Trump Make America Healthy Again?

Yehuda Blum

פֿון שלום בערגער

Published December 16, 2016, issue of December 28, 2016.

נישט וויכטיק צי איר האָט געזען דאָנאַלד טראָמפּ ווי די ישועה אַליין, צי איר זײַט אַנטלאָפֿן מיט אַ געשריי אין דער צווייטער ריכטונג, ווייסט איר איין זאַך וועגן דעם יאָר וואָס וואַרט אויף אונדז: קיינער איז נישט זיכער וואָס וועט געשען.

אַזוי ווי די פּאָליטישע מומחים האָבן (מיט געציילטע אויסנאַמען) נישט פֿאָרויסגעזען דעם טריִומף פֿון דעם אָראַנזשענעם פֿענאָמען, גיי זײַ אַ נבֿיא וועגן די פּראַקטישע פּועל־יוצאס פֿון דער נײַער אַדמיניסטראַציע נאָכן 21סטן יאַנואַר.

אין אַזאַ תּחום ווי געזונט אָבער קען מען טענהן אַז ס׳איז דווקא וויכטיק, און נוצלעך, עפּעס פּראָבירן אַרויסזען דורכן נעפּל פֿון באַליידיקנדיקע „טוויטס‟. געזונט־פֿאַרזיכערונג, און דעקונג פֿון מעדיצינישע הוצאות זײַנען שײך ס׳רובֿ אַמעריקאַנער, און ווען מע זאָל וויסן אין פֿאָרויס וואָלט מען געקענט מאַכן פּלענער אויפֿן מאָרגן.

בשעת איך האָב געשריבן די שורות, האָב איך געלייענט נאָך אַ פֿאַרפּלעפֿנדיקן ציטאַט טראָמפּס: מע קען אָפּשאַפֿן און דערנאָך פֿאַרבײַטן „אָבאַמאַקייר”, און אַזוי אַרום וועלן די אַמעריקאַנער באַקומען אַ בעסערן געזונט־אָפּהיט פֿאַר ווייניקער געלט. כאָטש אַזאַ צוזאָג איז גאָר נישט אמת, קענען מיר דאָס ניצן ווי אַ צוגאַנג און אַ באָדן צו פּרוּוון אָנצייכענען די גרענעצן פֿון מעגלעכקייטן.

לאָמיר אָנהייבן מיט „אָבאַמאַקייר”, אָדער לויטן פּינקטלעכן נאָמען: דאָס געזעץ פֿון צוטריטלעכן געזונט. ווי באַוווּסט — אָדער אפֿשר נישט, ווײַל אַ סך מענטשן צעמישן די יוצרות און מיינען אַז „אָבאַמאַקייר” איז די סאַמע סיסטעם אַליין — האָט די לעגיסלאַציע בדרך־כּלל איבערגעמאַכט איין ווינקל פֿון דער ריזיקער געזונט־סיסטעם: ווי אַזוי די אַמעריקאַנער, סײַ קראַנקע סײַ געזונטע, ווערן פֿאַרזיכערט קעגן די מעדיצינישע הוצאות. דאָס געזעץ האָט פֿאַרברייטערט די פֿאַרזיכערונג אויף צוויי אופֿנים: ערשטנס, האָט מען געשאַפֿן „פֿאַרזיכערונג־מאַרקן” צי בערזעס אין די שטאַטן, וואָס האָבן געמוזט אָנבאָטן פֿאַרזיכערונג־פּלענער מיט מינימום־קריטעריעס. צווייטנס, האָט די פֿעדעראַלע רעגירונג אָנגעבאָטן סומעס געלט בײַ די שטאַט־רעגירונגען כּדי אויסצוברייטערן „מעדיקייד”, די לאַנגיאָריקע, הצלחהדיקע פּראָגראַם לטובֿת דעם געזונט פֿון אָרעמע־לײַט און די, מיט געוויסע כראָנישע קרענקען.

נאָך דעם גאַנצן טאַראַראַם איז קלאָר, אַז „אָבאַמאַקייר” איז אַ גרויסער סוקצעס. מער מענטשן ווערן הײַנט פֿאַרזיכערט ווי קיין מאָל פֿריִער, דער אויפֿשטײַג אין געזונט־הוצאות איז די לעצטע פֿיר יאָר אָפּגעשוואַכט געוואָרן, און (לויט אַ שטודיע אין מאַסאַטשוסעטס, ווי אויך אין אַנדערע ראַיאָנען) ווערט קלאָר אויפֿגעוויזן, אַז מער פֿאַרזיכערונג מיינט ווייניקער קראַנקייטן און אַ לענגערן אַריכות־ימים.