וועט טראָמפּ מאַכן אַמעריקע ווידער געזונט?

Will Trump Make America Healthy Again?

Yehuda Blum

פֿון שלום בערגער

Published December 16, 2016, issue of December 28, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַ חסרון — די כּלה איז צו שיין. וואָסערע טענות האָט מען צו „אַבאַמאַקייר”, און וואָס זאָגן זיי אונדז אָן וועגן דער צוקונפֿט? די באַגרענעצטע טענה שטעקט אין דעם, אַז כּדי צו דערמעגלעכן, אַז די פֿאַרזיכערונג־פֿירמעס זאָלן זיך באַטייליקן, און אַז געזונטע יונגע „אומשטאַרביקע” זאָלן זיך פֿאַרשרײַבן, האָט מען אײַנגעפֿירט אַ חיובֿ („מענדייט”) געדעקט צו ווערן פֿון אַ מינימום־פֿאַרזיכערונג. איז געדרונגען, אַז טייל פֿון די דאָזיקע געזונטע וועלן מוזן צאָלן מער ווי זיי וואָלטן פֿריִער באַצאָלט. אמת: דער „אָבאַמאַקייר” איז געווען אַ פּלאַן אַריבערצופֿירן געלט פֿון רײַכערע אַמעריקאַנער צו די אָרעמערע, לויטן מינהג פֿון ליבעראַלן געזעלשאַפֿטלעכן אָפּמאַך. פֿאַראַן רעפּובליקאַנער און אַנדערע וואָס זײַנען מיט דעם נישט מסכּים, און האַלטן פּרינציפּיעל אַז די רעגירונג זאָל זיך ווייניקער מישן אין געזונט (און בכלל). אַזאַ אידעאָלאָגיע איז מערסטנס אַ טובֿה פֿאַר די געזונטע יונגע ווײַסע און, אָפֿט מאָל, אַ קלאַפּ אַלע אַנדערע.

צוריק צו טראָמפּ… וואָס זשע וועט ער טאָן און וואָס קען ער טאָן? די דאָזיקע טעמע איז אפֿשר נאָך מער קאָמפּליצירט ווי אַנדערע, ווײַל דאָ איז נישט נאָר שײך די וואַקלענדיקע זאָגעכצן פֿונעם ערשט־דערװײלטן פּרעזידענט, נאָר אויך די אויסגעשפּראָכענע פּריִאָריטעטן פֿון די קאָנגרעס־רעפּובליקאַנער מיט פּאַול רײַען בראָש, וואָס ברײַען שוין 7 יאָר אָן אויפֿהער אַז דעם פֿאַרהאַסטן „אָבאַמאַקייר” וועלן זיי אָפּשאַפֿן און פֿאַרבײַטן. איצט דערמאָנט מען זיך אין פּסוק „תּפֿסתּ מרובה לא תּפֿסתּ” אָדער אפֿשר אינעם אַלטן וויץ, וועגן דעם הונט וואָס האָט זיך געיאָגט נאָכן אויטאָ, און נישט געוווּסט וואָס דערמיט צו טאָן ווען ער כאַפּט אים. פּראָסט פּשוט, די רעפּובליקאַנער פּאַרטיי האָט נאָך נישט באַשלאָסן וואָסער פּלאַן זיי וועלן שטיצן ווי אַ צווייטע ברירה.

די אַלע פֿאָרגעלייגטע אָפּציעס פֿונעם רעכטן לאַגער האָבן געוויסע עלעמענטן בשותּפֿות: זיי פֿאַרלאָזן זיך אויף „געזונט־קאָנטעס” וואָס שאַפֿן מכּלומפּערשט אַן אינצענטיוו בײַ די קראַנקע, זיך אַליין צו האַלטן געזונט און פֿאַרשפּאָרן געלט. בײַנאַנד מיט געוויסע שטײַערן-הנחות, איז די טעאָריע, אַז אַזעלכע סטראַטעגיעס באַזירט אויפֿן פֿרײַען מאַרק קענען שטאַרק פֿאַרקלענערן די ראָלע פֿון דער ריזיקער רעגירונג, אָן אויסצושליסן קראַנקע אַמעריקאַנער. מיטן ערשטן באַדינג בין איך מסכּים כאָטש…

עס ווערט אָבער נאָך מער קאָמפּליצירט. ווי קומט די קאַץ איבערן וואַסער? ווי אַזוי קען מען צענעמען איין ריזיקן „עראָפּלאַן” אין מיטן לופֿט, און איבערפֿירן אַ גאַנצע סיסטעם? ס׳איז נישט קלאָר. אויב מע שאַפֿט אָפּ דעם חיובֿ (מאַנדייט), וועלן געזונט־פֿאַרזיכערונג־פֿירמעס זיך אפֿשר אין גאַנצן אַרויסציִען פֿון מאַרק, וואָס וועט דערפֿירן צו אַ קאַטאַסטראָפֿע. אויב מע לאָזט דאָס בלײַבן, און מע בײַט אַלץ איבער, וועלכן פּלאַן וועט מען אָננעמען? ווער וועלן זײַן די געווינערס און פֿאַרשפּילערס? צי וועט מען זײַן גרייט, אַז די אָרעמע־לײַט זאָלן ווידער אָנפֿילן די גיכע־הילף־זאַלן פֿון גאַנצן לאַנד? און וואָס וועט מען טאָן מיט „מעדיקייר” (די פֿעדעראַלע געזונט־פֿאַרזיכערונג פֿאַר עלטערע לײַט), וואָס רײַען האָט צוגעזאָגט צו „רעפֿאָרמירן”, מיט איין וואָרט, צענעמען און אַוועקשענקען אַלע עלטערע־לײַט ווי געלט־קופּאָנען?


שנ״פֿ: בשעת מיר גײען הײַנט צום דרוק קען איך נישט זאָגן אַז אַלץ איז פּלוצעם קלאָר געװאָרן אין דער געזונט־צוקונפֿט פֿון אונדזער לאַנד. נאָר אײן שװעריקײט װאָס שטײט פֿאַר די רעפּובליקאַנער אין קאָנגרעס װערט אַלץ קלערער: זײער צוזאָג, אַז זײ װעלן סײַ אָפּשאַפֿן אָבאַמאַקײר, סײַ פֿאַרבײַטן די לעגיסלאַציע מיט עפּעס אַנדערש.

פֿאַר װאָס? װײַל אַן עיקר־טײל פֿון אָבאַמאַקײר איז געװען די שטײַערן, װאָס מאַכן געזונט־אָפּהיט צוגענגלעך פֿאַר מערערע סעקטאָרן פֿון דער באַפֿעלקערונג. אָפּגעשאַפֿן די שטײַערן, װעלן די רעגירונג־הכנסות פֿאַרמינערט װערן אױף אַ קײמא־לן פֿון עטלעכע הונדערטער מיליאָן דאָלאַר, װעט אַזױ אַרום באַגרענעצט װערן די מעגלעכקײט צו פֿאַרבײַטן אָבאַמאַקײר מיט עפּעס װאָס דעקט די מיליאָנען אַמעריקאַנער װאָס ס׳װעט זײ פֿעלן פֿאַרזיכערונג נאָך דער אָפּשאַפֿונג.

און, אױב מע נעמט אױך אַװעק, װי די רעפּובליקאַנער האָבן אױך פֿאָרױסגעזאָגט, דעם חיובֿ זיך צו פֿאַרשרײַבן אױף פֿאַרזיכערונג, װעלן פֿעלן די געזונטע פּאַציִענטן װאָס מאַכן די „פֿאַרזיכערונג־בערזעס“ רװחדיק פֿאַר די פּריװאַטע פֿירמעס.

מיט אײן װאָרט: אָן רעגירונג־געלט צו שטיצן געזונט־הוצאות, און דעם חיובֿ זיך צו פֿאַרשרײַבן, װעלן די געזונט־בערזעס לײַדן אַ װיסטע מפּלה, און פֿאַרזיכערונג־פֿירמעס װעלן זיך אַרױסציִען פֿון מאַרק.

װאָס טוט מען װײַטער? אָפּשאַפֿן? פֿאַרבײַטן? גייט זײַט אַ נבֿיא…