די ייִדן און אוקראַיִנער האָבן אַ לאַנגע און דראַמאַטישע געשיכטע פֿון קעגנזײַטיקע באַציִונגען, װאָס בלײַבט עד־היום קױם דערפֿאָרשט.
אַ װיכטיקער נײַער בײַטראָג צו דער דאָזיקער טעמע איז דאָס נײַע בוך „ייִדן און אוקראַיִנער: אַ יאָרטױזנט פֿון צוזאַמענלעבן”. די מחברים, צװײ בכּבֿודיקע היסטאָריקער, שטעלן פֿאָר בײדע פֿעלקער: יוחנן פּעטראָװקי־שטערן פֿונעם ייִדישן צד און פּאָל ראָבערט מאַגאָטשי פֿאַרן אוקראַיִנישן. דאָס בוך איז באַצװעקט פֿאַרן ברײטערן לײענערישן עולם פֿון בײדע צדדים, און ברענגט צונױף אַן אַלגעמײנעם היסטאָרישן איבערזיכט מיט קאָמפּליצירטע פּראָבלעמאַטישע ענינים, װאָס װערן באַהאַנדלט קאָרעקט און דעליקאַט אין באַזונדערע פּרקים.
לרובֿ לױפֿן די צװײ נאַציאָנאַלע היסטאָרישע שטראָמען פּאַראַלעל. ייִדן האָבן זיך באַזעצט אױף די לענדער פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע, און דװקא אינעם קרימער האַלבאינדזל, בערך מיט צװײ טױזנט יאָר צוריק, אָבער זײער צוזאַמענלעבן מיט די אָבֿות פֿונעם הײַנטיקן אוקראַיִנישן פֿאָלק הײבט זיך אָן ערשט אױפֿן שװעל פֿונעם צװײטן יאָרטױזנט, אין דער תּקופֿה פֿונעם קיִעװער פֿירשטנטום. אין שפּעט־מיטלאַלטער האָבן זיך אוקראַיִנישע ייִדן אָפֿטמאָל געפֿונען צװישן דעם האַמער און דער קאָװאַדלע. זײ האָבן זיך אַקטיװ באַטײליקט אין דער פּױלישער קאָלאָניזירונג פֿון אוקראַיִנע, װאָס האָט גורם געװען בלוטיקע קאָנפֿליקטן. עס איז מערקװירדיק, אַז אַזאַ מין קריטישער אַנאַליז פֿון דער ייִדישער קלעם געהערט נתן נטע האַנאָװערן, דעם באַרימטן מחבר פֿון דער קראָניק פֿון כמעלניצקיס רציחות, דעם ספֿר „יװן מצולה”.
ביז הײַנט הערשט אַ שטילע מחלוקת צװישן די ייִדן און אוקראַיִנער אין שײַכות מיט דער פֿיגור באָכדאַן כמעלניצקי. פֿאַר די אוקראַיִנער איז ער אַ נאַציאָנאַלער גיבור, דער ערשטער קעמפֿער פֿאַר פֿאַר דער אומאָפּהענגיקײט פֿון אוקראַיִנע (כאָטש אין דער אמתן האָט ער קײן אומאָפּהענגיקײט ניט דערגרײכט און צום סוף געמאַכט אַ יד־אחת מיט מאָסקװע.)
פֿאַר ייִדן איז כמעלניצקי „כמיל הרשע”, אַ מין היטלער פֿונעם זיבעצעטן יאָרהונדערט. די הײַנטיקע היסטאָריקער באַהאַנדלען כמעלניצקין װי אַ קאָמפּליצירטע און סתּירותדיקע פּערזענלעכקײט, אָבער זײַן געשטאַלט אין מאַסן־זיכּרון בלײַבט פֿעסט׃ אָדער אַ גיבור, אָדער אַ רשע. און די װײַטערדיקע געשיכטע פֿון ייִדן אין אוקראַיִנע װערט אָפֿטמאָל אױך באַטראַכט דורכן שפּאַקטיװ פֿון קאָנפֿליקטן, רדיפֿות און פּאָגראָמען. ערשט אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר האָבן זיך די היסטאָריקער, דער עיקר אין אַמעריקע און קאַנאַדע, גענומען פֿאַר אַ מער פֿילזײַטיקער און באַלאַנסירטער פֿאָרשונג.
ניט געקוקט אױף אַלע מניעות, האָט דאָס ייִדישע לעבן געבליט אין אוקראַיִנע אין משך פֿון פֿיר הונדערט יאָר, ביזן חורבן. דאָ איז געבױרן געװאָרן די חסידישע באַװעגונג און די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור; פֿון אוקראַיִנע שטאַמען באַרימטע שרײַבער, קינסטלער, דענקער און פּאָליטיקער, װאָס האָבן זיך קונה־שם געװען אין דער ייִדישער, העברעיִשער, רוסישער, דײַטשישער, פּױלישער, אַמעריקאַנער װי אױך אין דער אוקראַינישער קולטור; אַזעלכע װי יצחק באַבעל, יוסף ראָט, ברונאָ שולץ, און להבֿדיל לעאָן טראָצקי. שטעלט זיך אַ פֿראַגע: װאָס איז עס געװען אַזױנס אין אוקראַיִנע, װאָס האָט דערמוטיקט ייִדן צו אַזאַ אַקטיװיטעט און שעפֿערישקײט?
לײדער בלײַבט די דאָזיקע פֿראַגע מחוץ דעם גערעם פֿונעם נײַעם בוך. אַ היפּשער טײל פֿונעם טעקסט איז אָנגעשריבן אינעם סטיל פֿון „װיקיפּעדיע”, װי אַ מין טרוקן־פֿאַקטישע כראָנאָלאָגיע. קולטור װערט פֿאָרגעשטעלט גאַנץ קנאַפּ, און די באַהאַנדלונג פֿון דער ליטעראַטור איז ביז גאָר נעבעכדיק. מען באַקומט ניט קײן טעם פֿון דעם אײגנאַרטיקן זאַפֿטיקן סטיל פֿון מענדעלע און שלום־עליכם, שױן אָפּגערעדט פֿון דוד בערגעלסאָן. דער נסתּר װערט דערמאָנט בלױז אײן מאָל אין דער רײ מיט אַנדערע יידישע מחברים, בעת איציק קיפּניס האָט זיך ניט זוכה געװען אַפֿילע אײן דערמאָנונג. אַנשטאָט דעם לײענט מען װעגן עטלעכע װײניק־באַקאַנטע ייִדישע מחברים, װאָס האָבן געשריבן אױף אוקראַיִניש. עס איז דאַכט זיך שױן ניט קײן חידוש, אַז דװקא ליטעראַטור קאָן דינען װי אַ װיכטיקער היסטאָרישער מקור, װאָס זאָגט צומאָל מער װי די אָפֿיציעלע דאָקומענטן װעגן דעם עבֿר.
אוקראַיִנע האָט געשפּילט אַ היפּשע ראָלע אינעם ייִדישן קאָלעקטיװן כּח־הדמיון, אין ליטעראַטור און קונסט. דװקא אינעם דאָזיקן מאַטעריאַל איז כּדאי זוכן די װאָרצלען פֿונעם ייִדישן און העברעיִשן מאָדערניזם, און ניט נאָר אין מיזרח־אײראָפּע נאָר אױך אין מערבֿ־אײראָפּע, אַמעריקע און ארץ־ישׂראל, בײַ „די יונגע”, איציק מאַנגער, אורי־צבֿי גרינבערגן, חיים הזז. יעדער אײנער האָט געשילדערט אוקראַיִנע אױף זײַן אײגענעם אופֿן, צומאָל זיס־נאָסטאַלגיש װי מאַני־לײב; צומאָל ביטערלעך־בײזלעך, װי משה־לײב האַלפּערן. די בילדערישע קונסט, בפֿרט די שעפֿערישקײט פֿון „קולטור־ליגע”, האָט יאָ באַקומען מער אױפֿמערק אינעם בוך, אָבער אױך דאָ זײַנען פֿאַרבליבן געװיסע בלױזן.
דאָס ייִדיש־אוקראַיִנישע צוזאַמענלעבן גײט װײַטער. אין דעם זין איז אוקראַיִנע אַ יוצא־דופֿן צװישן מיזרח־אײראָפּעיִשע אײראָפּעיִשע לענדער. אָפֿיציעל איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג דאָ אַרום אײן הונדערט טױזנט נפֿשות, אָבער ייִדן און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זײַנען אַקטיװ פֿאַרטאָן אין דער װירטשאַפֿט, דער פּאָליטיק און דער קולטור. ניט תּמיד גײט דאָס גלאַט. עס זײַנען דאָ אַ היפּשע צאָל אַנטיסעמיטן, אָבער דאָס איז ניט קײן נײַעס אין דער לאַנגער געשיכטע פֿון ייִדן אין אוקראַיִנע. װאָס איז אָבער יאָ חשובֿ, איז דער אײגנאַרטיקער כאַראַקטער פֿון אוקראַיִנער ייִדנטום, זײער שעפֿערישע אַקטיװיטעט און חיות. דאָס צוזאַמענלעבן גײט װײַטער, און כּדי בעסער צו פֿאַרשטײן זײַנע װאָרצלען דאַרף מען זיך גוט צוקוקן און צוהערן צו דער רײַכער קולטורעלער ירושה פֿונעם אוקראַיִנער ייִדנטום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.