(די 2 טע זײַט פֿון 2)
הגם יהודה האָט רחמנות געהאַט אויף יוספֿן קלינגט ער ווי אַ פּערסאָנאַזש אַ חשוד. פֿונדעסטוועגן ווייסן מיר אַז דוד המלך, און ממילא דער קומעדיקער גואל־צדק, שטאַמען דווקא פֿון יהודהס פֿאַרבינדונג מיט תּמר.
יוסף איז געווען אַזוי טיף פֿאַרטאָן אין זײַנע חלומות און אָפּגעריסן פֿונעם געוויינטלעכן מענטשלעכן לעבן, אַז אַפֿילו זײַנע ברודער, זײַענדיק טאַקע צדיקים און נישט־געקוקט אויף זייערע אייגענע מעלות אין עבֿודת־השם, האָבן נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן אַזאַ בעל־חלומות.
להיפּוך, יהודה איז געווען אַ צדיק אַ רעאַליסט. דער איזשביצער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר „מי השלוח‟, אַז יהודה איז געווען זייער אַן אײַנגעהאַלטענער. אַקעגן יוסף, האָט ער זיך פֿאַרלאָזט אויף זײַנע געפֿילן לגבי דער אַרומיקער גשמיותדיקער וועלט. ווען ער האָט דערזען זײַן געוועזענע פֿרוי אַ פֿאַרשטעלטע מיט אַ צוגעדעקט פּנים, האָט ער פּלוצעם דערפֿילט אַן אומגעוויינטלעך שטאַרקן חשק צו איר און באַשלאָסן, אַז דאָס מוז זײַן אַ נבֿיאישער סימן. אין אַ געוויסן זינען איז יהודה אויך געווען אַ בעל־חלומות; אַנשטאָט זיך אָפּצורײַסן פֿון דער גשמיותדיקער וועלט, האָט ער אָבער געזוכט אַנטפּלעקונגען פֿון דער הייליקער שכינה אין גשמיות.
ביידע אַרכעטיפּן אויפֿפֿירונג, יהודה און יוסף, זענען צו עקסטרעם פֿאַר אַ געוויינטלעכן מענטש. יהודהס דרך קאָן גרינג דערפֿירן צו גראָבע עבֿירות, און מיט יוספֿס „חלומדיקייט‟ איז בכלל שווער זיך אויסצולעבן — סײַדן מע האָט טאַקע אַן עכטן נבֿיאישן כּוח. די חסידישע צדיקים הייבן אָבער אַרויס, אַז אין משיחס צײַטן וועט די סתּירה צווישן די דאָזיקע צוויי היפּוכדיקע דרכים בטל ווערן, און אַז דער פּראָצעס פֿון דער „באַגעגעניש‟ צווישן יהודה און יוסף האָט זיך שוין אָנגעהויבן.
פֿאַרשיידענע רעוואָלוציאָנערע און אוטאָפּישע באַוועגונגען אַרום דער וועלט שטרעבן מקיים צו זײַן חלומות. ווי באַלד מיר זענען נאָך ווײַט פֿון דער משיחישער גאולה, בלײַבן דער מעטאַפֿיזישער יהודה און יוסף אין אַ קאָנפֿליקט. קאָמבינאַציעס פֿון חלומות און עמאָציעס פֿירן אָפֿט נישט צו קיין נבֿיאישע אַנטפּלעקונגען, נאָר צו פּערזענעלכע מפּלות און סאָציאַלע קאָנפֿליקן.
פֿונדעסטוועגן ווערט אין אונדזער תּקופֿה אין אַ געוויסער מאָס שוין אַנטפּלעקט די משיחישע קאָמבינאַציע פֿון דער וואָר און „חלומדיקייט‟. פֿאַר דער ברכּת־המזון זאָגט מען דעם באַקאַנטן קאַפּיטל תּהילים קכ״ו, וווּ עס שטייט געשריבן, אַז ווען ייִדן וועלן אַרויס פֿונעם גלות, וועלן זיי לאַכן און זיך פֿילן ווי אין אַ חלום. דאָס וואָרט „ציון‟ מיינט ווערטערלעך אַ סימבאָל אָדער אַ צייכן. לויטן באַקאַנטן מאמר־חז״ל וועט אין דער צוקונפֿט די גאַנצע וועלט ווערן אַ הייליק לאַנד — „עתידה ארץ־ישׂראל שתּתפּשט בכל הארצות‟. יעדער מענטש וועט קאָנען אײַנזען, אַז אַלע זאַכן אין דער וועלט זענען סימבאָלן און אַנטפּלעקונגען פֿון געטלעכקייט. דער חילוק צווישן גשמיות און דער רוחניותדיקער „חלום־וועלט‟ וועט צעשווענקט ווערן.
הײַנט ווערט עס שוין אַנטפּלעקט אינעם כּוח פֿון תּשובֿה. דער גרינדער פֿונעם חב״ד־חסידות, דער „אַלטער רבי‟, באַמערקט, אַז אין אַ חלום קאָן מען אויפֿטאָן כּלערליי מעשׂים, וואָס אין דער וואָר זענען זיי אוממעגלעך — למשל, אַריבערפֿליִען איבער אַ באַרג אָדער אַרײַנדרינגען דורך אַ שטיינערנער וואַנט. די בעלי־תּשובֿה ברענגען מיט זיך אין דער טראַדיציאָנעלער פֿרומער וועלט אַ פֿאַרשיידנאַרטיקן „באַגאַזש‟ פֿון חלומות און אומגעוויינטלעכע לעבנס־געשיכטעס, און פֿאַרוואַנדלען זיי אויף אומגעריכטע „חלומדיקע‟ אופֿנים אין נײַע דרכים פֿון עבֿודת־השם. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אַלע ייִדן, אַחוץ געציילטע צדיקים־גמורים, מוזן תּשובֿה טאָן פֿאַר פֿאַרשיידענע עבֿירות און טעותים. די לעבן־געשיכטע פֿון אַ טייל בעלי־תּשובֿה וואָס זענען דערצויגן געוואָרן גאַנץ ווײַט פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט און „פֿליִען‟ אַרײַן אין דער פֿרומער וועלט, קלינגט אָבער צו מאָל ממש ווי אַ פֿאַנטאַסטיש געמיש פֿון געשיכטעס וועגן יהודה און יוסף.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.