געוויינטלעך ווען מען באַטראַכט דעם ראַדיקאַלן פּאָליטישן אַקטיוויזם אין אַמעריקע אין די 1960ער יאָרן, פֿאַלן נישט אײַן קיין שײַכותדיקע בראָדוויי־מיוזיקלס.
אמת, עס זענען דאָ באַרימטע בײַשפּילן ווי, למשל, די בראָדוויי־פּראָדוקציע Hair, אָבער דאָס האָט גיכער באַטאָנט די קולטורעלע ענדערונגען פֿון דער תּקופֿה איידער פּאָליטישע, וווּ לאַנג־האָריקע העלדן טרעטן אויף מיט לירישע ראָקלידער.
להיפּוך צו זיי, האָט שושנה גרינבערג, מיט איר שותּפֿטע הײַיעאָיענג קים, לעצטנס אָנגעשריבן דעם אייגנאַרטיקן מיוזיקל „טעג פֿון צאָרן” (Days of Rage), וועגן די באַציִונגען צווישן צוויי ראַדיקאַלע פּאָליטישע גרופּעס פֿון יענע יאָרן: דער „וועטער־אונטערגרונט” — אַ מיליטאַנטיש לינקע אָרגאַניזאַציע וואָס האָט געצילעוועט איבערצוקערן די אַמעריקאַנער רעגירונג, און די „שוואַרצע פּאַנטערס” — אַ רעוואָלוציאָנערע נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטיי וואָס האָט געקעמפֿט פֿאַר גלײַכע רעכט פֿאַר די שוואַרצע.
מע האָט לעצטנס געגעבן אַ סעריע דראַמאַטישע פֿאָרלייענונגען פֿון דער מוזיקאַלישער פּיעסע בײַם Theatre Barn אין מאַנהעטן. איך בין בײַגעווען אויף דער לעצטער פֿאָרלייענונג און דערנאָך געכאַפּט אַ שמועס מיט שושנהן.
וואָס האָט דיך געצויגן צו שאַפֿן אַ מיוזיקל דווקא איבער דער טעמע?
איך האָב געזען אַ דאָקומענטאַר וועגן דעם „וועטער־אונטערגרונט” און בין פֿאַרכאַפּט געוואָרן. מע לערנט נישט וועגן זיי אין שול, און דאָך זענען זיי געווען אַ טייל פֿון דער געשיכטע. ווען איך האָב גערעדט מיט הײַיעאָיענג קים וועגן אַ טעמע פֿאַר אַ מיוזיקל, האָב איך דערמאָנט דעם „וועטער־אונטערגרונט”, און אונדזער מיוזיקל האָט אָנגעהויבן גיין אַ גאַנג. איך האָב געדאַרפֿט גוט אויספֿאָרשן יענע תּקופֿה, און צום גליק, געפֿינט זיך אַ סך מאַטעריאַל: ביכער, אַרטיקלען, ווידעאָס. אין גיכן בין איך פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט דער גאַנצער תּקופֿה.
צי ביסטו תּמיד געווען פֿאַראינטעריסירט אין פּאָליטישן טעאַטער? האָסטו שוין אַמאָל אָנגעשריבן פּאָליטישע פּיעסעס?
גאָרנישט אין מײַנע פֿריִערדיקע ווערק איז געווען אַזוי פּאָליטיש ווי די פּיעסע. כ׳האָב נישט באמת געהאַט אַן אַקטיוון אינטערעס אין פּאָליטישן טעאַטער; אַנדערע אַספּעקטן האָבן מיך גיכער אַרײַנגעצויגן. מיט דער פּיעסע, וואָס האָט מיך אינטערעסירט גלײַך פֿון אָנהייב, איז געווען דער טרײַב צו זײַן געטרײַ אַ געוויסן צוועק מיט לײַב־און־לעבן. דאָס איז פּאָליטיש, אָבער עס שטײַגט אויך אַריבער די פּאָליטיק. איך וואָלט אַליין נישט געקאָנט טאָן וואָס יענע אַקטיוויסטן האָבן געטאָן, אָבער איך בין צוגעצויגן צו געשטאַלטן, וועלכע גייען ווײַטער פֿון מיר.
צי האַלטסטו קונסט פֿאַר אַ מעדיום פֿאַר סאָציאַלער ענדערונג? בפֿרט מוזיקאַלישע פּיעסעס?
יאָ, זיכער. די קונסט רופֿט אַרויס מיטגעפֿיל, וואָס העלפֿט מענטשן אָננעמען אַ נײַעם קוקווינקל פֿון זיך און פֿון דער וועלט. דער מוזיקאַלישער טעאַטער קען ספּעציעל ברענגען אַן עמאָציאָנעלן כּוח צו פּאָליטישע אידעעס דורך די לידער און מוזיק, באַוועגנדיק מענטשן צו ווערן טעטיק, אָדער כאָטש זיך צו פֿאַרטיפֿן אין דער טעמע. כ׳מיין אַז דער מוזיקאַלישער טעאַטער איז געווען ספּעציעל עפֿעקטיוו בײַם באַקענען מענטשן מיט דער „איידס‟־קראַנקייט און LGBT־רעכט, אָבער אין דער אמתן, געפֿינט זיך די פּאָליטיק אויף שריט־און־טריט אין טעאַטער בכלל, אַפֿילו בײַ אַ חנוועדיקער משפּחה־פּיעסע ווי The Sound of Music.
וואָס פֿאַר אַן אײַנדרוק מאַכן אויף דיר די הײַנטצײַטיקע באַוועגונגען, ווי „אָקופּירט וואָלסטריט!”, Black Lives Matter און בערני סאַנדערס?
איך מיט הײַיעאָיענג האָבן אָנגעהויבן צוזאַמענאַרבעטן נאָך איידער די באַוועגונגען האָבן עקזיסטירט, אָבער ווי נאָר זיי האָבן זיך געפֿורעמעט, האָבן זיי שטאַרק משפּיע געווען אויף אונדזער פּראָצעס. אונדזער געשיכטע איז געוואָרן אַלץ דרינגלעכער און מער רעלעוואַנט. נאָכן זען דעם דאָקומענטאַר צום ערשטן מאָל, און טראַכטן וועגן אָט דער געשיכטע ווי אַ מיוזיקל, האָב איך אין זינען געהאַט אַ היסטאָרישע פּיעסע. אָבער מיט דער צײַט איז עס געוואָרן מער און מער וועגן דעם הײַנט.
צי האָט דײַן ייִדישע אידענטיטעט געשפּילט אַ ראָלע אין שאַפֿן דאָס ווערק?
אין „היברו סקול” האָט מען אונדז געלערנט וועגן תּיקון עולם, וועגן דער וויכטיקייט פֿון פֿאַרריכטן די וועלט. אָט די אידעע, די ווערט, איז געבליבן בײַ מיר. מע האָט עס קיינמאָל נישט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ ברירה, נאָר גיכער ווי אַן אַחריות, און איך האַלט אַז אַזוי גלייבן אויך די העלדן אין דער פּיעסע: אַז זיי טראָגן אַן אַחריות צו רעפּערירן די וועלט.
צי זעסטו אַ מעלה אין פּאָליטישן געוואַלד? צי זעסטו זיך אַליין ווי ראַדיקאַל־געשטימט פּאָליטיש?
מיט דער פּיעסע האָבן מיר אויסגעפֿאָרשט די פֿראַגע פֿון פּאָליטישן געוואַלד. ס׳איז אַ שווערע פֿראַגע ווײַל איך גלייב נישט אין דעם, אָבער איך פֿאַרשטיי אויכעט ווי מענטשן קענען גלייבן אַז ס׳איז נייטיק. איך קען מענטשן וואָס שטעלן זיך אַליין די דאָזיקע פֿראַגע אינעם הײַנטיקן פּאָליטישן קלימאַט. מיר דאַכט זיך, אַז די געשטאַלטן אין דער פּיעסע האָבן געלעבט אין אַ געזעלשאַפֿט פֿון געוואַלד, געוואָלט דאָס אָפּשטעלן, און געגלייבט אַז דאָס איז געווען דער איינציקער אופֿן. איך האַלט זיך נישט אַזוי ראַדיקאַל ווי זיי, אָבער איך פּראָביר אויף ווי ווײַט מעגלעך צו קעמפֿן פֿאַר די צוועקן, אין וועלכע איך גלייב.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.