לידער פֿון צאָרן

Songs of Rage

אַ סצענע פֿון „טעג פֿון צאָרן”
Michael Bonasio
אַ סצענע פֿון „טעג פֿון צאָרן”

פֿון עדי מהלאל

Published December 23, 2016, issue of December 28, 2016.
שושנה גרינבערג, איינע פֿון די שרײַבער פֿונעם פּאָליטישן מיוזיקל Days of Rage
שושנה גרינבערג, איינע פֿון די שרײַבער פֿונעם פּאָליטישן מיוזיקל Days of Rage

געוויינטלעך ווען מען באַטראַכט דעם ראַדיקאַלן פּאָליטישן אַקטיוויזם אין אַמעריקע אין די 1960ער יאָרן, פֿאַלן נישט אײַן קיין שײַכותדיקע בראָדוויי־מיוזיקלס.

אמת, עס זענען דאָ באַרימטע בײַשפּילן ווי, למשל, די בראָדוויי־פּראָדוקציע Hair, אָבער דאָס האָט גיכער באַטאָנט די קולטורעלע ענדערונגען פֿון דער תּקופֿה איידער פּאָליטישע, וווּ לאַנג־האָריקע העלדן טרעטן אויף מיט לירישע ראָקלידער.

להיפּוך צו זיי, האָט שושנה גרינבערג, מיט איר שותּפֿטע הײַיעאָיענג קים, לעצטנס אָנגעשריבן דעם אייגנאַרטיקן מיוזיקל „טעג פֿון צאָרן” (Days of Rage), וועגן די באַציִונגען צווישן צוויי ראַדיקאַלע פּאָליטישע גרופּעס פֿון יענע יאָרן: דער „וועטער־אונטערגרונט” — אַ מיליטאַנטיש לינקע אָרגאַניזאַציע וואָס האָט געצילעוועט איבערצוקערן די אַמעריקאַנער רעגירונג, און די „שוואַרצע פּאַנטערס” — אַ רעוואָלוציאָנערע נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטיי וואָס האָט געקעמפֿט פֿאַר גלײַכע רעכט פֿאַר די שוואַרצע.

מע האָט לעצטנס געגעבן אַ סעריע דראַמאַטישע פֿאָרלייענונגען פֿון דער מוזיקאַלישער פּיעסע בײַם Theatre Barn אין מאַנהעטן. איך בין בײַגעווען אויף דער לעצטער פֿאָרלייענונג און דערנאָך געכאַפּט אַ שמועס מיט שושנהן.


וואָס האָט דיך געצויגן צו שאַפֿן אַ מיוזיקל דווקא איבער דער טעמע?

איך האָב געזען אַ דאָקומענטאַר וועגן דעם „וועטער־אונטערגרונט” און בין פֿאַרכאַפּט געוואָרן. מע לערנט נישט וועגן זיי אין שול, און דאָך זענען זיי געווען אַ טייל פֿון דער געשיכטע. ווען איך האָב גערעדט מיט הײַיעאָיענג קים וועגן אַ טעמע פֿאַר אַ מיוזיקל, האָב איך דערמאָנט דעם „וועטער־אונטערגרונט”, און אונדזער מיוזיקל האָט אָנגעהויבן גיין אַ גאַנג. איך האָב געדאַרפֿט גוט אויספֿאָרשן יענע תּקופֿה, און צום גליק, געפֿינט זיך אַ סך מאַטעריאַל: ביכער, אַרטיקלען, ווידעאָס. אין גיכן בין איך פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט דער גאַנצער תּקופֿה.

צי ביסטו תּמיד געווען פֿאַראינטעריסירט אין פּאָליטישן טעאַטער? האָסטו שוין אַמאָל אָנגעשריבן פּאָליטישע פּיעסעס?

גאָרנישט אין מײַנע פֿריִערדיקע ווערק איז געווען אַזוי פּאָליטיש ווי די פּיעסע. כ׳האָב נישט באמת געהאַט אַן אַקטיוון אינטערעס אין פּאָליטישן טעאַטער; אַנדערע אַספּעקטן האָבן מיך גיכער אַרײַנגעצויגן. מיט דער פּיעסע, וואָס האָט מיך אינטערעסירט גלײַך פֿון אָנהייב, איז געווען דער טרײַב צו זײַן געטרײַ אַ געוויסן צוועק מיט לײַב־און־לעבן. דאָס איז פּאָליטיש, אָבער עס שטײַגט אויך אַריבער די פּאָליטיק. איך וואָלט אַליין נישט געקאָנט טאָן וואָס יענע אַקטיוויסטן האָבן געטאָן, אָבער איך בין צוגעצויגן צו געשטאַלטן, וועלכע גייען ווײַטער פֿון מיר.