(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די חז״ל זאָגן אין דער גמרא־מסכתּא „עבֿודה־זרה‟, אַז ווען אָדם־הראשון האָט דערזען, אַז די טעג ווערן אַלץ קירצער און קירצער, האָט זיך אים אויסגעדאַכט, אַז די גאַנצע וועלט וועט צוליב זײַן חטא צעשטערט ווערן. ווען ס׳איז געקומען די תּקופֿת־טבֿת און די טעג זענען ווידער געוואָרן לענגער, האָט ער באַשלאָסן צוליב דעם צו פּראַווען יעדעס יאָר 8 טעג יום־טובֿ, אָנהייבנדיק פֿון כ״ה כּיסלוו. לויט אַ באַקאַנטן מדרש, האָט דער אייבערשטער דעמאָלט געגעבן אָדם־הראשון דאָס פֿײַער במתּנה. עס קומט אויס, אַז נאָך פֿאַר די חשמונאָים איז די חנוכּה־צײַט געווען פֿאַרבונדן מיטן זונשטאַנד און פֿײַער־צינדן. אַ גאַנצע ריי שפּעטערדיקע ייִדישע דענקער אַנטוויקלען ווײַטער די דאָזיקע טעמע; אינעם פּאָפּולערן ליובאַוויטשער לאָזונג, אַז חנוכּה סימבאָליזירט דעם נצחון פֿונעם ליכט איבערן חושך, שפּיגלט זיך אָפּ דער זעלבער מאָטיוו.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די אוראַלטע גריכן פֿלעגן אויך פּראַווען דעם ווינטערדיקן זונשטאַנד מיט פֿײַער, לוסטיקע סעודות און ווילדע עראָטישע מעשׂים לכּבֿוד פּאָסיידאָן, דעם גאָט פֿונעם ים און ערד־ציטערנישן. בײַ די רוימער האָט אַן ענלעכע חגא געהייסן סאַטורנאַליע; דער עולם האָט געגעבן מתּנות איינער דעם צווייטן, זיך פֿאַרנומען מיט אַזאַרט־שפּילן, געהוליעט און אָנגעצונדן ספּעציעלע ליכט.
עס קאָן זײַן, אַז ווען די חשמונאָים האָבן מנצח געווען בײַ די גריכן און אויסגערייניקט דעם בית־המיקדש, האָבן זיי בכּיוון אויסגעקליבן די טעג, וואָס זענען שוין לאַנג געווען אַסאָציִיִרט מיטן קאָסמישן מאָטיוו פֿונעם זונליכט, וואָס טרײַבט אַוועק דעם ווינטערדיקן חושך. אַזוי צי אַזוי, איז די אַסאָציאַציע גאַנץ קלאָר און ווערט בפֿירוש דערמאָנט אין דבֿרי־חז״ל.
דער נבֿיא חגי גיט איבער אינעם תּנ״ך, אַז דער צווייטער בית־המיקדש איז נתקדש געוואָרן דעם 24סטן טאָג פֿונעם 9טן חודש — כּיסלוו. דאָס הייסט, אַז די געשיכטע פֿונעם בית־שני איז לכתּחילה געווען פֿאַרבונדן מיט די טעג, וואָס זענען שפּעטער באַקאַנט געוואָרן ווי חנוכּה. פֿון דער צווייטער זײַט, קאָן מען זיך משער זײַן, אַז די גריכן האָבן מחלל געווען דעם בית־המיקדש אין שײַכות מיט זייער ווינטערדיקער חגא, דערפֿאַר האָבן די חשמונאָים באַשלאָסן, אַז די זעלבע דאַטע קאָן באַקומען אַ „תּיקון‟ און אָפּגעטײַטשט ווערן אויף אַ ייִדישן אופֿן.
אויף וויפֿל מע ווייסט, האָבן די פֿריִיִקע קריסטן במשך פֿון בערך 300 יאָר נישט געפּראַוועט קיין ניטל. אַ טייל הײַנטיקע מפֿרשים באַטאָנען, אַז אויב מע טראַכט זיך אַרײַן אין דער קריסטלעכער ביבל, באַקומט זיך, אַז יעזוס איז געבוירן געוואָרן אין זומער. אַזוי האַלט אויך די מוסולמענישע מסורה. פּלוצעם, אינעם 4טן יאָרהונדערט, האָט זיך פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו פּראַווען ניטל פּונקט דעם זעלבן טאָג, ווען די רוימער פֿלעגן פּראַווען זייער ווינטערדיקע עבֿודה־זרה. עס קאָן זײַן, אַז די קריסטלעכע טוער האָבן בכּיוון אויסגעקליבן אַזאַ דאַטע, כּדי די נײַע רעליגיע זאָל קלינגען מער פֿאַרשטענדלעך פֿאַר די געצן־דינער.
דער זון־סימבאָליזם פֿון חידוש, ליכט און ווידערגעבורט איז בנימצא אין ביידע יום־טובֿים, ווי אויך אין פֿאַרשיידענע אַנדערע אוראַלטע ווינטער־פֿעסטיוואַלן אַרום דער וועלט. רבי נחמן בראַצלעווער דערקלערט אויף גאָר אַן אינטערעסאַנטן אופֿן דעם מאָטיוו פֿון שפּילערײַ, אַן אַנדער אַלגעמיינער עלעמענט פֿון ווינטערדיקע פֿײַערונגען. די גאַנצע וועלט דרייט זיך ווי אַ דריידל; אַ מענטש ווערט אַ מלאך, און אַ מלאך ווערט אַ מענטש; צומאָל קומען אַראָפּ מלאכים אין עולם־הזה, און צומאָל פֿליט אַרויף אַ מענטש אינעם הימל ווי אַ מלאך. דאָס גאַנצע דרייעניש פֿון דער וועלט ווערט פֿאַראייניקט אינעם געטלעכן שורש.
אין דער הײַנטיקער תּקופֿה ווערט חנוכּה אָפֿט באַטראַכט ווי אַ כּמו־וועלטלעכער און אַפֿילו נאַציאָנאַליסטישער יום־טובֿ. די קריסטלעכע חגא האָט אויך שוין לאַנג באַקומען אַ סעקולערן און נאַציאָנאַלן טעם אין אַ סך לענדער. די איראַנישע „יאַלדאַ־נאַכט‟ האָט ווייניק צו טאָן מיט איסלאַם און ווערט באַטראַכט ווי אַ נאַציאָנאַלער פֿאָלקס־טאָג. ס׳איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז הינטער די ווינטערדיקע יום־טובֿים, וואָס ווערן אויסגעדריקט אויף פֿאַרשיידנאַרטיקע אופֿנים אַרום דער וועלט, שטעקט דער אַלגעמיינער סימבאָליזם פֿונעם יערלעכן זון־קערעניש, וואָס איז בעצם גורם די סתּירות צווישן מענטשלעכע קולטורן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.