דעם 21סטן דעצעמבער האָט אין ייִוואָ געשפּילט דער באַקאַנטער פֿידלער יובֿל וואַלדמאַן. די קאָנצערט־פּראָגראַם, געווידמעט זײַן 70־יאָריקן יוביליי האָט געטראָגן דעם נאָמען „ייִדישער פֿידל”.
מיט עטלעכע טעג פֿריִער האָב איך זיך געטראָפֿן מיט יובֿל וואַלדמאַן בײַ אים אין דער היים. אין אַ קאַלטן טאָג בײַ אַ גלעזל טיי (ייִדישע משקה) האָט דער שמועס זיך אַ לאָז געטאָן, ווי געשמירט. מיר געהערן צו איין מוזיקאַלישן דור. דאָס מיינט, אַז איך, וואָס כּמעט פֿערציק יאָר פֿון מײַן לעבן האָב איך אָפּגעגעבן פֿידלערײַ, בין געוואַקסן אונטער די זעלבע מוזיקאַלישע שטערן. איין אונטערשייד: פֿאַר מיר זײַנען די גרויסע פֿידלערס, ווי אײַזיק סטערן, פּינחס צוקערמאַן, הענריך שערינג און אַנדערע געווען טאַקע ווײַטע שטערן; זייער שפּילן האָב איך געקאָנט הערן נאָר אויף די פּלאַטעס. פֿאַר יובֿלן זײַנען זיי געווען אַ טייל פֿון זײַן ווירקלעכקייט.
יובֿל וואַלדמאַן איז געבוירן געוואָרן אין לעמבערג אין 1946. לעמבערג, ווי באַוווּסט, האָט פֿאַרן שליסן דעם אָפּמאַך צווישן נאַצי־דײַטשלאַנד און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געהערט צו פּוילן. דער פֿאַקט האָט שפּעטער, שוין נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם גורל פֿון טויזנטער פּוילישע ייִדן. דאָרט, אין לעמבערג, זײַנען זיך צונויפֿגעגאַנגען די לעבנס־וועגן פֿון יובֿלס קומעדיקע טאַטע־מאַמע.
פֿאַרשטייט זיך, אַז זייער זון האָבן די עלטערן אָנגערופֿן נישט יובֿל, נאָר וולאַדימיר. דעם נאָמען יובֿל האָט דאָס ייִנגעלע באַקומען שפּעטער, און וועגן דעם וועל איך דערציילן באַזונדער. זײַן מוזיקאַלישע דערציִונג האָט דער קליינער וולאַדימיר אָנגעהויבן בײַ זעקס יאָר אויף פֿאָרטעפּיאַנע; אָבער אין אַ יאָר אַרום איז ער אַריבער זיך צו לערנען שפּילן פֿידל, און אָנגענומען געוואָרן אין דער שול פֿאַר באַזונדערס טאַלאַנטירטע קינדער אויף גאָרקיס נאָמען.
שפּעטער מיט דרײַ יאָר טרעט דער יונגער פֿידלער אויף אויף דעם ראַדיאָ. אין יענע יאָרן איז עס געווען אַ גרויס געשעעניש. נאָר אײַנגעקריצט האָט זיך אין זכּרון אויפֿן גאַנצן לעבן אַן אַנדער געשעעניש — די טרעפֿונג מיטן גרויסן סאָוועטישן פֿידלער דוד אויסטראַך. וולאַדימיר האָט פֿאַר אים געשפּילט, און אויסטראַך האָט אים פֿאַרבעטן צו קומען קיין מאָסקווע זיך לערנען. אָבער צו יענער צײַט האָבן וולאַדימירס עלטערן, ווי פּוילישע בירגער, שוין געהאַט אַנדערע פּלענער. אין 1956 פֿאָרן זיי אַרויס קיין פּוילן, און גאָר אין גיכן — קיין ישׂראל.
אין ישׂראל אין יענע יאָרן האָט מען קיין האָניק נישט געלעקט. די עלטערן האָט מען געשיקט קיין באר־שבֿע. וועגן לערנען זיך שפּילן פֿידל האָט מען דערווײַל פֿאַרגעסן. כּדי דער זון זאָל וואָס גיכער אַרײַן אינעם ישׂראל־לעבן, זיך אויסלערנען די שפּראַך, און בכלל האָבן אַ מער זאַטן ביסן, האָט מען אים געשיקט צו די קרובֿים אינעם קיבוץ יד־מרדכי. צו יענער צײַט איז קיין באר־שבֿע געקומען דער געוועזענער פּרעמיער משה שרת, זיך צו באַקענען מיטן לעבן פֿון די נײַע עולים. בשעת דער טרעפֿונג האָט וולאַדימירס מוטער דערציילט, אַז זי האָט אַ זון, אַ טאַלאַנטירט ייִנגעלע, אָבער זי ווייסט נישט וואָס צו טאָן מיט אים. שרת האָט פֿאַרשריבן אַלע פּרטים, און דורך־אַגבֿ באַמערקט, אַז אַ ישׂראל־קינד דאַרף טראָגן אַן עכטן ישׂראלדיקן נאָמען — יובֿל, למשל. פֿאַר וואָס גאָר „יובֿל”? ווײַל אינעם תּנך ווערט יובֿל דערמאָנט ווי דער באַשאַפֿער פֿון מוזיקאַלישע אינסטרומענטן, באַזונדערס, די האַרף און פֿלייט.
די עלטערן האָבן ווייניק געגלייבט, אַז דערפֿון וועט עפּעס אַרויסקומען. צוצוזאָגן קאָסט דאָך נישט קיין געלט. פֿון דעסטוועגן, האָט שרת געהאַלטן וואָרט. אין אַ פּאָר וואָכן אַרום איז צו זיי געקומען אַ פֿרוי, אַ פֿאָרשטייערין פֿון דעם בילדונג־מינינסטעריום און געזאָגט, אַז משה שרת האָט איר דערציילט וועגן דעם טאַלאַנטירטן ייִנגעלע יובֿל, און זי וויל זיך מיט אים טרעפֿן.
„מ׳האָט באַלד געשיקט נאָך מיר אין קיבוץ, — דערציילט יובֿל, — און כ׳האָב עפּעס פֿאַר איר געשפּילט, כאָטש כ׳האָב דעם פֿידל נישט געהאַלטן אין די הענט שוין אַ היפּש ביסל צײַט. נאָך דער טרעפֿונג האָט מען מיך געבראַכט קיין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ כ׳האָב אָנגעהויבן זיך לערנען בײַ איינעם פֿון די בעסטע פֿידל־לערער, לאָראַנד פֿעניוועש…”
גאָר אין גיכן איז פּראָפֿעסאָר פֿעניוועש פֿאַרבעטן געוואָרן קיין זשענעוו, ווי דער קאָנצערט־מײַסטער פֿונעם סימפֿאָנישן אָרקעסטער Suisse Romande, ווי אויך צו זײַן פּראָפֿעסאָר אין דער זשענעווער קאָנסערוואַטאָריע. מיט יאָרן שפּעטער האָט יובֿל זיך ווידער געטראָפֿן מיט זײַן ערשטן ישׂראל־לערער, אין זשענעוו, געוווינט בײַ אים אין שטוב און זיך געלערנט אין גימנאַזיום. אָבער דעמאָלט, נאָך דעם ווי פֿעניוועש האָט פֿאָרלאָזט ישׂראל, איז זײַן יונגער תּלמיד אַריבער זיך לערנען אינעם קלאַס פֿון פֿעניוועשס שוועסטער, אויך אַ פֿידלערין. וואַלדמאַנס ערשטער עפֿנטלעכער אויפֿטריט אין ישׂראל איז פֿאָרגעקומען בעתן קאָנצערט, אָרגאַניזירט דורכן „אַמעריקע־ישׂראל־פֿאָנד”. דאָרט האָט דער יונגער פֿידלער זיך באַקענט מיט אײַזיק סטערן.
„אין יענע טעג איז בײַ סטערן געווען זײַן אייגענער קאָנצערט אינעם גרעסטן זאַל, ׳היכל התּרבותּ׳. סטערן האָט מיך פֿאַרבעטן, און ס׳האָט זיך אַזוי באַקומען, אַז כ׳בין געזעסן צווישן זײַן מאַמען און זײַן פֿרוי. ער האָט דעמאָלט געשפּילט בראַמס’ סאָנאַטע. בײַ דעם צווייטן טייל פֿון דער סאָנאַטע בין איך אַנטשלאָפֿן געוואָרן. זײַן פֿרוי האָט עס מיר שפּעטער נישט איין מאָל דערמאָנט…”
דער גרויסער אַמעריקאַנער פֿידלער האָט געהאַלטן אַן אויג אויף יובֿלס מוזיקאַלישער אַנטוויקלונג, און נישט איין מאָל אים אַרויסגעהאָלפֿן מיט אַן עצה און רעקאָמענדאַציעס. בײַ 15 יאָר האָט וואַלדמאַן פֿאַרענדיקט די קאָנסערוואַטאָריע, און אַוועקגעפֿאָרן קיין פּאַריז, וווּ ער האָט זיך אָפּגעלערנט איין יאָר בײַם באַקאַנטן פֿידל־פּראָפֿעסאָר ראָנע בענעדעטי.
„צו יענער צײַט איז געשטאָרבן מײַן פֿאָטער, — דערמאָנט זיך יובֿל, — כ׳האָב נישט געוווּסט וואָס צו טאָן ווײַטער. און דעמאָלט איז מיר ווידער געקומען אַנטקעגן מײַן מלאך־המושיע, אײַזיק סטערן. כ׳האָב שוין געזאָלט אָנהייבן צו אַרבעטן אינעם לאָזאַנער קאַמער־אָרקעסטער, נאָר סטערן האָט מיך געבעטן צוּוואַרטן צוויי וואָכן. און טאַקע, אין צוויי וואָכן אַרום האָב איך באַקומען צוויי טעלעגראַמעס — פֿון דעם „אַמעריקע־ישׂראל־פֿאָנד” און פֿון דעם אינדיאַנע־אוניווערסיטעט אין בלומינגטאָן. דאָרט האָט געאַרבעט דער באַרימטער פֿידל־פּראָפֿעסאָר דזשאָזעף גינגאָלד. דאָס האָט געמיינט, אַז דער ׳אַמעריקע־ישׂראל־פֿאָנד׳ וועט דעקן אַלע מײַנע הוצאָות פֿאַרן לערנען זיך אין בלומענגטאָן. איך בין דעמאָלט אַלט געווען 17 יאָר…”
אויף דעם האָט זיך זײַן לערע נישט פֿאַרענדיקט. זײַן מײַסטערשאַפֿט האָט ער נאָך פֿיר יאָר געשלײַפֿט אין דזשוליאַרד־שול בײַם פּראָפֿעסאָר איוואַן גאַלאַמיאַן. די בעסטע פֿידלער אין אַמעריקע פֿונעם ייִנגערן דור זײַנען אַרויס פֿון גאַלאַמיאַנס קלאַס.
די קאַריערע פֿון מאַעסטראָ וואַלדמאַן האָט אים געפֿירט סײַ אויף די וועגן פֿון אַ פֿידלער און סײַ ווי אַ דיריגענט. ס’איז אים אויסגעקומען צו אַרבעטן אין די גרעסטע אייראָפּעיִשע אָרקעסטערס און מיט די באַקאַנטסטע סאָליסטן; ער איז געווען דער מוזיקאַלישער דירעקטאָר פֿון אַ ריי פֿעסטיוואַלן; האָט געגרינדעט און אָנגעפֿירט מיט פֿאַרשידענע מוזיקאַלישע פֿאָנדן, אָנגעשטעלט אינטערנאַציאָנאַלע מוזיקאַלישע בריקן…
„ס׳וועט קלינגען אפֿשר מאָדנע הײַנט, — שמייכלט יובֿל, — כ׳שטאָלציר אָבער דערמיט, דהײַנו: ווען ס׳האָט אויסגעבראַכן די יום־כּיפּור־מלחמה, בין אין גראָד געווען אין ישׂראל. וואָס זשע מיינט איר, מ׳האָט מיך מאָביליזירט, און נאָכן פֿאַרכאַפּן דעם סועץ־קאַנאַל האָב איך געשפּילט באַכס ׳Chaconne׳, שטייענדיק אויף אַ טאַנק…”
אַ בן־שיבֿעים איז אַ בכּבֿודיקער עלטער, ווען נישט ווייניק גרויסע מוזיקער־סאָליסטן ציִען אונטער אַ סך־הכּל צו זייער קאָנצערטירן־טעטיקייט. אונדזער בעל־יובֿל האָט מיר דערקלערט, אַז די פּראָגראַם פֿונעם קאָנצערט ווערט צונויפֿגעשטעלט ווי אַ מין פֿאַמיליע־אָוונט. זײַן פֿידל וועט קלינגען סאָלאָ, אָן אַ פּיאַנע־באַגלייטונג, און ער וועט אַליין פֿירן די פּראָגראַם…
דעם יוביליי־אָוונט, מיט אַ קורצן אַרײַנפֿיר, האָט געעפֿנט דער דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט, דזשאָנאַטאַן ברענד. באַזונדערס פֿאָרצושטעלן יובֿל וואַלדמאַן האָט ער נישט געדאַרפֿט, ווײַל אינעם פֿול־געפּאַקטן זאַל, איז מסתּמא נישט געווען קיין איין גאַסט, וואָס זאָל נישט געווען קענען דעם יובילאַר פּערזענלעך; צי איז עס אַ קאָמפּאָזיטאָר, אַ קאָלעגע, אַ תּלמיד, אַ קרובֿ און פֿרײַנד.
דעריבער איז באַרעכטיקט געווען דער אויסוואַל פֿון ווערק: וואַלדמאַנס אָריגינעלע באַאַרבעטונג פֿונעם באַקאַנט ליד „ירושלים של זהבֿ”. מיר הערן נישט דאָרט קיין ווירטואָזע פּאַסאַזשן, אייגנטימלעך פֿאַר אַזעלכע באַאַרבעטונגען. דער מוזיקער באַמיט זיך דאָ איבערצוגעבן מיט קלאַנג־עפֿעקטן די פֿאַרביקע גאַמע פֿון דוד המלכס שטאָט. דער לעגענדאַרער ייִדישער מלך האָט דאָך אַליין געשפּילט פֿידל.
דאָס ווערק פֿונעם מאָדערנעם אַמעריקאַנער קאָמפּאָזיטאָר פּאַול־אַלאַן לוי איז אויך ענג פֿאַרבונדן מיט יובֿל סײַ מענטשלעך און סײַ שאַפֿעריש. עס איז אינספּירירט געוואָרן פֿון זייער פֿאַראַיאָריקער טרעפֿונג אין פּראָג — דער צענטער פֿון אייראָפּע, דאָס אָרט, וווּ יובֿל האָט זיך געלערנט און געאַרבעט נישט איין יאָר. דאָס ווערק הייסט טאַקע אַזוי, “Waltz from an Unknown Country” (אַ וואַלס פֿון אַן אומבאַקאַנט לאַנד). אייגנטלעך, האָט דער אַמעריקאַנער קאָמפּאָזיטאָר דאָ אויסגענוצט נישט אַזוי דעם טיפּישן וואַלס־ריטעם, ווי דעם באַגריף גופֿא פֿון דעם וואַלס, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין אייראָפּע און געוואָרן אַ סיבמאָל פֿון דערנענטערן לענדער און מענטשן.
דאָס „וויגליג” פֿונעם יונגן אַמעריקאַנער קאָמפּאָזיטאָר אַלעקס ווײַסער, איז ספּעציעל געשאַפֿן געוואָרן צו דעם אָוונט. יעדעס קינד הייבט דאָך אָן זײַן מוזיקאַלישע באַקאַנטשאַפֿט מיט דער וועלט פֿון זײַן מאַמעס וויגליד. יובֿלס פֿידל האָט ממש אויסגעזונגען יעדן קלאַנג, זייער האַרציק און אינטים, ווי אַ ייִדישער טאַטע. עס האָט פֿאַרכאַפּט דעם אָטעם.
זײַן אייגענע געשיכטע האָט יובֿל געהאַט מיטן באַקאַנטן ישׂראל־טשעליסט, פֿאָלקלאָר־זאַמלער, קאָמפּאָזיטאָר יאָאַכים סטוטשעווסקי. זיי האָבן זיך באַקענט, ווען יאָאַכים איז שוין געווען אין זײַנע רײַפֿע נײַנציקער. אויפֿן יונגן מוזיקער האָט דעמאָלט געמאַכט אַן אײַנדרוק דער פּולסירנדיקער אָפּטימיזם, וואָס האָט געשפּרודלט פֿון דעם זקן. זינט דעמאָלט האָט יובֿל אײַנגעשלאָסן אין זײַן רעפּערטואַר עטלעכע קלענערע ווערק פֿון דעם קאָמפּאָזיטאָר, געשאַפֿן אונטערן אײַנפֿלוס פֿון אַרנאָלד שענבערגס אַטאָנאַלער מוזיק.
און צום סוף — אַ ווערק, אויך פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן מוזיקאַלישן אַמאָל, יחיאל גויזמאַנס „וואַריאַציעס אויף ׳התּיקווה’”. אַליין אַ באַקאַנטער קלעזמער פֿון אוקראַיִנע, האָט גויזמאַן באַקומען אַן ערנסטע מוזיקאַלישע בילדונג אין וואַרשע. אַ דאַנק זײַן השפּעה און הילף, זענען נישט ווייניק יונגע טאַלאַנטן אַרויף אויפֿן וועג און געמאַכט אַ פּראָפֿעסיאָנעלע קאַריערע. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען נאָר איין נאָמען — מישאַ עלמאַן, דער גרויסער אַמעריקאַנער פֿידלער.
גויזמאַנס „וואַריאַציעס”, געשאַפֿן אין נוסח פֿון הענריך וועניאַווסקי, פֿאָדערן פֿונעם פֿידלער צו זײַן באַהאַוונט אין אַלע פּיטשעווקעס פֿון ווירטואָזער מײַסטערשאַפֿט. צו שפּילן אַזאַ ווערק דאַרף מען זײַן, ווי מע זאָגט אויף ייִדיש „אין די פֿעדערן”. יובֿל מיט זײַן ייִדישן פֿידל און טעמפּעראַמענט האָבן עס גלענצנדיק אַרויסגעוויזן. די רײַפֿקייט פֿונעם פֿידלער, אָנגעזאַמלט מיט יאָרן פֿון שווערער האָרעוואַניע; און זײַן דערפֿאַרונג האָבן אים דערמעגלעכט מיט אַ יוגנטלעכן אַזאַרט אויסצופֿירן דאָס ווירטואָזע ווערק און די גאַנצע פּראָגראַם.
ביז 120, טײַערער פֿרײַנד, יובֿל וואַלדמאַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.