(די 2 טע זײַט פֿון 3)
נאָך צוואַנציק מינוט, ווען די טאַבלעטן האָבן שוין אַ ביסל אָנגעהויבן צו ווירקן בין איך קווענקלענדיק אויפֿגעשטאַנען און באַטראַכט מײַן לאַגע. קיינער קען מיר נישט העלפֿן ווײַל קיינער ווייסט נישט וואָס מיט מיר טוט זיך, מוז איך זיך אַליין העלפֿן.
ס׳ערשטע מוז איך עפּעס נעמען אין מויל אַרײַן. נאָר אַפֿילו בלויז דאָס טראַכטן פֿון עסן האָט מיך גענודזשעט. האָב איך זיך פּאַמעלעך געמאַכט אינגבער־טיי, וואָס העלפֿט צו דעם און גענומען צו לעפֿעלעך די טיי. דאָס האָט מיך געמאַכט זיך פֿילן אַ ביסל בעסער פֿיזיש, אָבער גײַסטיק בין איך נאָך נישט אַרויס פֿון דער דעפּרעסיע, האָב איך אָנגעהויבן צו זוכן אין דער אינטערנעץ. אפֿשר קען איך דאָרטן געפֿינען עפּעס וואָס וועט מיר העלפֿן. און געפֿונען האָב איך אַן אַרטיקל וואָס הייסט „וואָס מע מוז טאָן אין דער פֿרי זיך צו פֿאַרזיכערן אַ גוטן טאָג.“ כ׳האָב געגלייבט, אַז דער אַרטיקל וועט מיר העלפֿן ביז כ׳האָב געלייענט ווײַטער.
1) נאָכן אָפּשלאָפֿן צווישן זיבן און אַכט שעה שפּרינגט אַרויס פֿון בעט און
2) שפּרינגט אַרײַן אין אַ קאַלטן שפּריץ און שטייט כאָטש פֿינף מינוט אונטערן קאַלטן וואַסער, דערנאָך
3) מעדיטיר אָדער דאַוון צען מינוט.
כ׳האָב באַלד דערזען, אַז ס׳איז מיר באַשערט דורכצופֿאַלן. ערשטנס, ווייס איך נישט צי איך וועל קענען שלאָפֿן אָן די שלאָפֿטאַבלעטן, וואָס איך האָב זיי שוין אַרויסגעוואָרפֿן כאָטש איך האָב נאָך אַלץ נישט אַרויסטרײַבן יאָסלען פֿון האַרצן. און דערצו ווילט זיך מיר, ספּעציעל לעצטנס, נישט זייער שפּרינגען, ווײַל פֿון נישט עסן, נישט טרינקען און ברעכן מיט דער גרינער גאַל איז קוים וואָס איך שטיי אויף די פֿיס. און אויב שוין יאָ שפּרינגען… פֿרעג איך אײַך אַ וואָסער משוגענער שטייט באַלד אין דער פֿרי אונטער אַ קאַלטן שפּריץ אַפֿילו איין מינוט, שוין אָפּגערעדט פֿון פֿינף מינוט? דאָס האָב איך מאָדיפֿיצירט: נאַכן אָפּגיסן נעגל־וואַסער מיט קאַלטן וואַסער האָב איך זיך אָפּגעוואַשן דאָס פּנים מיט קאַלטן וואַסער אויך. און דאַווענען איז דאָך, מער ווייניקער, רעדן מיטן אייבערשטן ,האָב איך געפֿרעגט דעם בורא־העולם פֿאַר וואָס דאָס אַלץ קומט מיר, מיט וואָס האָב איך אַזוי געזינדיקט אַז יאָסל האָט מיך, נאַך אַ קנאַפּ יאָר אַזוי קוצעניו־מוצעניו זײַן, געקענט אַוועקװאַרפֿן ווי אַן אַלטע שקראַבע. פֿאַרשטייט זיך, קיין ענטפֿער האָב איך נישט גלײַך באַקומען, אָבער בײַ נאַכט בין איך געשלאָפֿן אַ ביסל בעסער: פֿיר שעה! נאָך ווײַט נישט קיין דערקוויקנדיקער שלאָף, נאָר בעסער ווי זיך וואַלגערן פֿון אין זײַט בעט צו דער צװײטער אַ גאַנצע נאַכט. יאָ, סיאיז מיר געווען אַ קאַפּינקע בעסער ווײַל אין דער פֿרי האָב איך געקענט עסן אַ שטיקל טאָסט. דאָס האָט מיך מסתּמא געגעבן כּוח ווײַטער צו זוכן לינדער־מיטלען פֿאַר דעפּרעסיע.
איין אַרטיקל האַט געהייסן „ווי פּטור צו ווערן פֿון נעגאַטיווע עמאָציאָנעלע פּעקלעך.“ דער אַרטיקל האָט באַשריבן זיכערע ריטואַלן וואָס וועלן אַ מענטשן העלפֿן זיך באַפֿרײַען פֿון עמאָציעס וואָס האַלטן אים צוריק פֿון אָנגיין מיטן לעבן אַ פֿריילעכער. די ריטואַלן האָבן צו טאָן מיט די עלעמענטן פֿונעם ערדקײַלעך: וואַסער, ערד, ווינט און פֿײַער. המם, אינטערעסאַנט, אַיאָ? אַזוי האָב איך אויך געמיינט. אָבער געהאָלפֿן האָבן זיי מיר ווי שיך אַ שלאַנג.
דער וואַסער־ריטואַל איז דאָס האַלטן ביידע הענט צוזאַמען און טראַכטן אַז אין די אָפֿענע הענט ליגט די דעפּרעסיע אָדער די צרה וואָס גריזשעט דיך. מע דרייט אָן דעם קראַן און מע וואַשט זיך די הענט מיט זייף און וואַרעם וואַסער. מע געזעגנט זיך מיט דער צרה און מע קוקט זיך צו ווי די צרה פֿאַרשווינדט אין אָפּרין. אַ נאַרישקייט!! אָבער כ׳האָב פֿון דעסטוועגן עס אויסגעפּרוּווט. נו, האָב איך טאַקע געקראָגן ריינע הענט. די צווייטע עצה איז צו באַשרײַבן די צרה אויף אַ שטיקל פּאַפּיר און דאָס פּאַפּירל אַרײַנלייגן אין אַ קעסטל, דאָס קעסטל באַגראָבן אין דער ערד און אַזוי פּטור ווערן פֿון דער צרה, פֿון דער דעפּרעסיע. מע רעקאָמענדירט, אַז בין־השמשות איז די בעסטע צײַט דאָס צו טאָן ־ פֿאַרוואָס ווייס איך נישט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.