וואָס ווייסן זיי וועגן דעפּרעסיע?

What Do They Know About Depression?

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published December 29, 2016, issue of December 28, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

מע קען אויך פֿאַרברענען דאָס שטיקל פּאַפּיר, אָבער מע עצהט נישט צו האַלטן דאָס צרה־צעטל אין דער האַנט ווען מע פֿאַרברענט עס. גוט וואָס מע האָט דאָס מיר געזאָגט.

איך ווייס, אַז די כינעזער און די בודיסטן טוען אויך עפּעס אַזאַס. מע פֿאַרברענט פֿאַלש געלט און בילדער פֿון קליידער אויף זייערע לוויות עס זאָל די געשטאָרבענע קרובֿים זייערע זײַן בעסער אין יענער וועלט. איך ווייס נישט צי דאָס וואָלט מיר געהאָלפֿן ווײַל די ווערטער פֿון אַלע יאָסלס ליבע־בריוועלעך זײַנען אײַנגעקריצט בײַ מיר אין האַרץ.

און די לעצטע רפֿואה, דער סאַמע עפֿעקטיווסטער אופֿן ווי פּטור צו ווערן פֿון דער דעפּרעסיע, וואָס האָט מיך שיִער נישט אַוועקגעלייגט, איז פֿאַרשרײַבן די צרה אויף אַ שטיקל פּאַפּיר, צערײַסן דאָס שטיקל פּאַפּיר אויף פּיץ־פּיצלעך און וואַרטן אין דרויסן ביז סע קומט אָן אַ שטאַרקער ווינט וואָס קען די פּיצלעך פּאַפּיר אַוועקטראָגן אין אַלע פֿיר זײַטן פֿון דער ערד. אויב עס קומט נישט אָן אַזאַ שטאַרקער ווינט מעג מען ניצן אַן עלעקטרישן ווענטילאַטאָר. די רפֿואה איז אויך די סאַמע קאָמישסטע, ווײַל איך וויל נישט, אַז דער אַרום זאָל זײַן באַוואָרפֿן מיט הונדערטער קליינע שטיקעלעך פּאַפּיר. און ווי טוט מען דאָס טאַקע? איך זאָל אַ גאַנצע וואָך אָפּגעבן אויף זיצן און צעשנײַדן מיט אַ שערל די אַלע ליבע־בריוו, די שטיקלעך אַרײַנלייגן אין אַ קוישל און מיט איין האַנט אויפֿהאַלטן אַ פֿויסט פּיצעלעך שטיקלעך פּאַפּיר כּדי ווען ס׳וועט בלאָזן אַ ווינט וועט ער זיי מיר מסתּמא טרעפֿן גלײַך אין פּנים אַרײַן?

ניין, איך וועל אָנהייבן אַ נײַ געשעפֿט פֿאַר די וואָס ווילן זיך גטן. איך וועל מיט אַ מאַשין צעפּיצלען מענטשנס ליבע־בריוולעך זיי זאָלן מאַכן אַ ריטואַל פֿון צעטרעטן אונטער די פֿיס אַלע שיינע צוזאָגן און נישט־געהאַלטענע ווערטער איידער דאָס פּאָרפֿאָלק גייט אַרײַן אין בית־דין זיך גטן.

איך זאָג אײַך דעם אמת, אַז איך האָב זיך צעלאַכט פֿון דעם געדאַנק און פֿון די, פֿאַר מיר, מאָדנע רפֿואות, די קינדערישע ריטואַלן מיטן סימפּליסטישן סימבאָליזם און דאָס לאַכן אַליין האָט מיך געלינדערט די שטימונג גענוג, אַז איך האָב קלאָר געקענט זען, אַז איך בין מיטשולדיק געווען אין דער דעפּרעסיע. יעצט מיין איך, אַז איך וואָלט זיך נישט אַזוי גרינג געדאַרפֿט אַרײַנלאָזן אין דער שוואַרצער שטימונג. כ׳וואָלט געקענט רעדן מער מיט פֿרײַנד, גיין לויפֿלען אין געזונטקלוב… פּסיכאָלאָגן קענען רעדן שעהען לאַנג און שרײַבן לאַנגע דיסערטאַציעס וועגן דעם זייער קאָמפּליצירטן ענין דעפּרעסיע, אָבער איך וועל זיי נישט לייענען. איך האָב דאָס דורכגעמאַכט, איבערגעוואַרט… און ווען כ׳האָב דאָס ערשטע מאָל אין צען טעג געלאַכט, האָט זיך מיר אויך פֿאַרגלוסט עפּעס עסן. איך האָב דעם יאָסלען אין דער לינקער פּיאַטע — האָב איך געקלערט — און יענץ שטיקל שאַקאָלאַד־לעקעך אין דער פֿרירקע פֿאַראינטעסירט מיך יעצט אַ סך מער. 

ווען אַ ליבע שפּילט זיך אויס אַנדערש ווי מע האָט געמיינט, צי פֿון דער ליבע לאָזט זיך גאָר אויס אַ בוידעם, וואָלט איך זייער נאַרײַעט, אַז איידער מע פֿאַרברענט שטיקלעך פּאַפּיר אָדער מע וואַרפֿט די שטיקלעך פּאַפּיר אין ווינט, זאָל מען צו ערשט אײַננעמען צוויי „טײַלענאָל״־טאַבלעטן. דאָס איז די לעצטע וויסנשאַפֿטלעכע רפֿואה פֿאַר האַרצווייטיק. די עצה איז געקומען צו שפּעט פֿאַר מיר, אָבער עס קען נישט שאַטן, און ס׳איז בעסער ווי צו װאַשן זיך די הענט. אָבער אויב די דעפּרעסיע דויערט לאַנג, שנײַדט זיך אָפּ אַ גרויסן שטיק שאָקאַלאַד־לעקעך, טרינקט אַ טעפּל קאַווע מיט קאַפֿעיִן, און לייענט נאַרישע בלאָגן אין דער אינטערנעץ!

פֿאַר מיר איז דאָס געווען די בעסטע רפֿואה פֿאַר מײַן — און נאָר מײַן — דעפּרעסיע.


כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט חנה־פֿײַגל טערטלטויב, שרײַבט איר אויף דעם אַדרעס: doctorkf@gmail.com