(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין מצרים, האָט דער עולם געגלייבט, אַז יעדער קיניג איז אַ גאָט, וועלכער האָט באַשאַפֿן די גאַנצע וועלט, אַרײַנגערעכנט זיך אַליין. מסתּמא האָט כּמעט קיינער, אַרײַנגערעכנט דעם קיניג אַליין, נישט אָנגענומען אַזאַ נאַרישע עבֿודה־זרה צו ערנסט. לויט דער לאָגיק פֿון דער אַלט־מיצרישער רעליגיע באַקומט זיך אָבער, אַז די מאַכטהאָבער אין עולם־הזה רעפּרעזענטירן די היעראַרכיע פֿון דער קאָסמישער מאַכט. דער גשמיותדיקער וועלט־פֿירער מוז זײַן אַן אָפּשפּיגלונג פֿון הימלישע כּוחות.
זײַענדיק אַ שני־למלך, האָט יוסף זיך געפֿונען אין אַ קאָמפּליצירטער סיטואַציע. עס ווילט זיך זאָגן, אַז אין זײַן יוגנט, ווען ער איז אַרומגעגאַנגען אין די קאָליריקע בגדים איבער די פֿעלדער פֿון ארץ־כּנען, האָט ער נישט געחלומט צו ווערן דער פֿאַקטישער פֿירער פֿון דער מעכטיקער מיצרישער אימפּעריע. פּרעה איז געבליבן דער פֿאָרמעלער מלך, אָבער יוסף האָט געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר אַלע וויכטיקע באַשלוסן אינעם לאַנד.
אין דער אמתן, זעען מיר דאָך, אַז יוסף האָט דווקא יאָ געחלומט וועגן דעם. אַדרבה, כּדי אַראָפּצוּוואַרפֿן די שווערע משׂא פֿון מאַכט־חלומות, האָט ער געמוזט אויסשפּילן די סצענע ביזן סוף. ווען יהודה, דער פֿאַקטישער ראָש פֿונעם אויפֿקומענדיקן ייִדישן פֿאָלק, האָט מסכּים געווען צו ווערן יוספֿס שקלאַף, האָט יוסף פֿאַרשטאַנען, אַז אַ געוויסער שטאַפּל פֿון זײַנע פֿאַטאַליסטישע חלומות האָט זיך פֿאַרענדיקט.
אין אַמעריקע זענען פֿאַרשפּרייט קריסטלעכע „ביבלישע‟ קינדער־פֿילמען, וווּ יוסף ווערט געשילדערט ווי אַ גליקלעכער פּערסאָנאַזש, וועלכער האָט נאָך אַ גאַנצער ריי צרות עולה־לגדולה געווען. נישקשה, אַ געוועזענער שקלאַף איז געוואָרן דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון דער גרעסטער וועלט־אימפּעריע! אויף אַן אמתן, איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן אַן אַנדער מעשׂה, וואָס שיידט זיך אַזוי ראַדיקאַל אונטער פֿונעם „אַמעריקאַנער חלום‟. אין דער געשיכטע פֿון פֿאַרשיידענע מלחמות און רעוואָלוציעס טרעפֿן זיך אָרנטלעכע פּערזענלעכקייטן, וואָס ווילן נישט פֿאַרנעמען פֿירנדיקע פּאָזיציעס. כּדי אַ קרומער פּאַרשוין זאָל נישט קומען צו דער מאַכט, מוזן זיי אָבער אויספֿירן די שליסל־ראָלעס, כאָטש אין האַרצן האָבן זיי עס פֿײַנט צו טאָן.
נאָכן ווערן שני־למלך, איז יוסף פֿאָרט געבליבן בלויז אַן אינסטרומענט פֿון דער געטלעכער השגחה. אין פֿאַרגלײַך מיט די מיצרישע מלכים, וועלכע האָבן שטאָלצירט מיט זייער אָרט אין דער וועלט און האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר אָפּגעטער, האָט יוסף געוויינט, ווען ער האָט געמוזט אויספֿירן זײַן נבֿיאיִשע פֿירערשאַפֿט־ראָלע, ווינסדיק פֿון פֿאָרויס, אַז ער ברענגט זײַן פֿאָלק אין אַ לאַנד, וווּ נאָך זײַן טויט וועט זיך אָנהייבן דער ביטערער גלות־מצרים.
אינעם „ספֿר־זרובבֿל‟ און אַנדערע באַקאַנטע אַפּאָקאַליפּטישע ווערק ווערן דערמאָנט צוויי משיחישע פֿיגורן: משיח בן יוסף און משיח בן דוד. משיח בן יוסף הייבט אָן אַ געוויסן שטאַפּל אינעם גאולה־פּראָצעס, אָבער ווערט דערנאָך דערהרגעט. משיח בן דוד ברענגט משיח בן יוסף צו תּחית־המתים און באַפֿרײַט די וועלט. אַ סך חסידישע צדיקים גלייבן אָבער, אַז דער אמתער משיח קאָן קאָמבינירן אין זיך ביידע דרכים, פֿון יוסף און יהודה, און אויסמײַדן דערבײַ דעם טראַגישן טויט פֿון משיח בן יוסף.
דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק, אַרײַנגערעכנט כּהנים און גרים, הייסט „יהודים‟. הגם היסטאָריש שטאַמט דאָס דאָזיקע וואָרט פֿונעם שבֿט־יהודה, מיינט יהודהס נאָמען „דער, וואָס לויבט דעם באַשעפֿער‟. יהודהס נאָמען באַשטייט פֿונעם שם־השם און דעם אות „ד‟, וואָס סימבאָליזירט די פֿיר יסודות פֿון דער נאַטור און די פֿיר זײַטן פֿון דער וועלט, וווּ עס ווערט אַנטפּלעקט דאָס געטלעכע ליכט פֿונעם הייליקן „שם־הויה‟.
יוסף ווערט צומאָל אויך אָנגערופֿן יהוסף, מיט אַ באַהאַלטענעם שם־השם אינעם נאָמען. הגם יוסף און יהודה זענען ביידע געווען פֿאַטאַליסטן, וואָלט דער סינטעז פֿון זייערע דרכים אין עבֿודת־השם, דורך יהודהס כאַאָטישער ספּאָנטאַנקייט, געקאָנט צוגעבן לעבעדיקייט צו דער „חלומדיקער‟ דראַמע פֿון יוספֿס לעבן. ווי באַלד די ברידער האָבן זיך אָבער בלויז דערנעענטערט איינער צום צווייטן, האָט יוסף זיך צעוויינט. די ברידער האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז אין פּרינציפּ קאָנען די ספּאָנטאַטע געפֿילן גיין האַנט אין האַנט מיט פֿאָרגעשריבענע נבֿואות און חלומות. צום באַדויערן, האָט זיך זיי אָבער נישט אײַנגעגעבן צו דערגרייכן די דאָזיקע משיחישע קאָמבינאַציע: יהודה איז געבליבן יהודה, און יוסף איז געבליבן יוסף.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.