(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ווען איך פֿרעג זיי צי זייער פֿאַרשידענער אָפּשטאַם איז אַמאָל געווען אַן ענין צווישן זיי ווי מיטאַרבעטער (ביידע האָבן זיי זייערע אייגענע משפּחות), אָדער צי זיי האָבן אַמאָל געפֿירט אַ וויכּוח אָדער זיך צעקריגט איבער מיטל־מיזרחדיקער פּאָליטיק , האָבן זיי, לאַכנדיק, אין איינעם געענטפֿערט: „נישט באמת.‟
זיי זעען זיך פּשוט ווי אַמעריקאַנער. זיי שמועסן וועגן כּלערליי זאַכן, אָבער זיי פֿירן נישט קיין וויכּוחים. דאָס איינציקע מאָל וואָס זיי האָבן באַקומען מאָדנע רעאַקציעס פֿון מענטשן איז געווען בשעת זיי האָבן געמאַכט אַ פֿילם פֿאַר „אַל־דזשאַזיראַ אַמעריקע‟, אָבער דאָס איז געשען מחמת דעם קאַנאַל, נישט צוליב זיי פּערזענלעך.
לינדאַ דערציילט אַז זי האָט נאָך משפּחה אין ביירוט, פֿון איר טאַטנס צד. ווען ישׂראל איז באַפֿאַלן לבֿנון אין 2006, האָט זי זיך בלויז געזאָרגט אַז אַלע קרובֿים זאָלן אַרויס פֿון דאָרטן וואָס גיכער. „אוי, שוין ווידער אַ מאָל?‟ האָט זי געקלערט.
אַדאַם זעט אויס אַ ביסל אומבאַקוועם רעדנדיק וועגן פּאָליטיק, און זאָגט, אַז זיי רעדן פּשוט נישט וועגן די זאַכן. ס’איז אָבער מעגלעך אַז זיי וועלן אַמאָל יאָ שאַפֿן אַ פֿילם וועגן אינטערעסאַנטע געשטאַלטן פֿון ביידע זײַטן גרענעץ, האָבן זיי געזאָגט, און זיי האָבן שוין אַפֿילו עטלעכע אײַנפֿאַלן וועגן דעם.
זייער איצטיקער פֿילם־פּראָיעקט איז וועגן דער באַלערינע, ווענדי ווילען, וועגן איר לעבן, און וועגן דער אוניווערסאַלער פֿראַגע, וואָס טוט מען ווען אַ מענטש אַרבעט אַזוי פֿיל כּדי צו דערגרייכן אַ געוויסן סטאַטוס, אָבער קען מער נישט טאָן די אַרבעט? ווענדי דערקלערט ווי זי ספּראַוועט זיך דערמיט.
דער פֿילם איז אינספּירירנדיק, זאָגט אַדאַם, ווײַל ס’איז וועגן מחדש זײַן זיך אַליין, וועגן דעם ווײַטער אָנגיין מיט דײַן מלאָכה, דײַן קונסט. צוליב ווענדיס עלטער, 46 יאָר, האָט זי אַליין באַשלאָסן אַריבערצוגיין פֿון באַלעט צו מאָדערנע טענץ, וואָס וועט מסתּמא ווייניקער אָנשטרענגען איר גוף. דרײַ יאָר לאַנג האָבן אַדאַם און לינאַ זי באַגלייט אין משך פֿון איר קאָמפּליצירטער איבערגאַנג־תּקופֿה.
וועגן זייער אַרבעט מיט וווּדי אַלען האָבן זיי דערציילט עטלעכע קאָמישע מאָמענטן. ווען זיי האָבן אָנגענומען דעם פּראָיעקט צו העלפֿן פּראָדוצירן Deconstructing Harry, למשל, זענען זיי נאָך געווען ממש אָנהייבערס אין דער קינאָ־אינדוסטריע און האָבן אַזוי געציטערט אַז אַלץ זאָל גיין גלאַטיק, אַז לינדאַ איז ספּעציעל געפֿאָרן קיין אייראָפּע מיטן איינציקן פֿילם־שניט פֿון דער גיהנום־סצענע, בלויז כּדי צו פֿרעגן בײַ וווּדי אַלען, צי די פֿאַרבן זענען געראָטענע.
הײַנט, ווי אָנערקענטע פֿילם־מאַכערס, גייט עס זיי אַ סך גלאַטיקער…
מער וועגן זייער אַרבעט געפֿינט זיך אויף זייער וועבזײַט: //www.gottheshotfilms.com/
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.