(די 2 טע זײַט פֿון 2)
עס קאָן זײַן, אַז ווי באַלד יעקבֿ האָט באמת געוווּסט, ווען משיח וועט קומען, האָט ער נישט געטאָרט עס פֿאַרשטעלן פֿאַר בלויז אַ מעגלעכער דאַטע; אָנצוגעבן אַן אַנדער דאַטע האָט ער אויך נישט געטאָרט, ווײַל אַזוי צי אַזוי וואָלט עס געווען אַ ליגן. להיפּוך, האָט דניאל געשטעלט אַן אַנדער ציל: אַנשטאָט דער ענדגילטיקער גאולה־דאַטע, זאָגט ער פֿאָרויס אַ גאַנצע ריי היסטאָרישע געשעענישן, באַגלייט מיט מיסטישע חשבונות פֿון קאָסמישע צײַט־ציקלען אָן אַ קאָנקרעטן רעזולטאַט.
יוסף און יהודה, די עיקרדיקע צוויי פּערסאָנאַזשן צווישן יעקבֿס קינדער, רעפּרעזענטירן די פּראָטאָטיפּן פֿון משיח בן יוסף און משיח בן דוד. משיח בן יוסף איז אַ טראַגישע פֿיגור, וואָס פֿירט אויס אַ געוויסן שטאַפּל אינעם גאולה־פּראָצעס, אָבער ווערט דערהרגעט בעת אַ פֿיזישער שלאַכט אָדער אַ גײַסטיקן קאַמף. צוליב דעם, איז ער נישט איין קאָנקרעטער פּערסאָנאַזש, נאָר אַן אַרכעטיפּ פֿון פֿאַרשיידענע משיחישע פּערזענלעכקייטן, וואָס באַווײַזן זיך במשך פֿון דורות.
יהודה רעפּרעזענטירט משיח בן דוד. אין זײַן ראַדיקאַלן באַשלוס צו פֿאַרקויפֿן דעם ברודער אין שקלאַפֿערײַ שפּיגלט זיך אָפּ, אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן, דער צוקונפֿטיקער ראַדיקאַליזם פֿון דער משיחישער תּקופֿה, ווען די טראַגישע פֿיגור פֿון משיח בן יוסף וועט „אָפּגעשטויסן” און באַזײַטיקט ווערן נאָכן נצחון פֿון משיח־צדקנו. משיח בן דוד קאָן לייזן די סתּירה צווישן יוספֿס שטילן חלומדיקן דרך און יהודהס שאַרפֿקייט.
הגם יוסף און יהודה רעפּרעזענטירן דעם עיקר־אימפּעט פֿונעם גאולה־פּראָצעס, זענען די אַנדערע שבֿטים אויך מרמז אויף פֿאַרשיידענע רעוואָלוציאָנערע פֿיגורן און פּראָצעסן, וואָס שפּילן וויכטיקע היסטאָרישע ראָלעס אין דער וועלט. ווי ס׳איז באַקאַנט, זענען צען פֿון די שבֿטים פֿאַרשוווּנדן געוואָרן; נישט געקוקט אויף דעם, רעפּרעזענטירן זיי פֿאַרשיידענע טיפּן פֿון מענטשלעכע נשמות, וואָס קאָנען קאָמבינירט ווערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. די טיפּן פֿון יוסף און יהודה מוזן זיך אויך נישט קריגן אַפֿילו אין דער הײַנטיקער גלות־תּקופֿה; אַ צדיק אַ טרוימער קאָן אַמאָל בײַטן אויף אייביק דאָס פּנים פֿון דער גאַנצער וועלט.
אין די פּיוטים פֿון רבי אליעזר הקליר און אין געוויסע מדרשים שטייט געשריבן, אַז משיח וועט קומען צוזאַמען מיט אַ גאַנצער ריי תּנ״כישע פֿיגורן פֿון פֿאַרשיידענע שבֿטים, אַרײַנגערעכנט משה, אַהרן, שאול, שמואל, עמוס, צפֿניה און אליהו. למשל, שאול האָט געשטאַמט פֿון שבֿט־בנימין, שמואל — פֿון שבֿט־אפֿרים, און אַהרן איז געווען אַ כּהן. אינעם „ספֿר־זרובבֿל” פֿאַרנעמט אַ וויכטיקע ראָלע משיחס מאַמע מיטן נאָמען חפֿציבה, וועלכע גיט אים איבער זײַן שווערד. דאָס ווײַזט, אַז די ביאת־המשיח מיינט נישט קיין אומקער פֿון אַ בוכשטעבלעכער מאָנאַרכישער מאַכט, ווי עס טראַכטן אַ טייל פֿרומע ייִדן, נאָר אַ פֿילזײַטיקע גײַסטיקע רעוואָלוציע, אין וועלכער פֿאַרשיידענע סאָרטן מענטשן, מענער און פֿרויען, שפּילן צוזאַמען אייגענע שליסל־ראָלעס.
מע קאָן זאָגן, אַז דווקא צוליב יעקבֿס אייביקער לעבעדיקייט האָט ער נישט געוואָלט פֿאָרויסזאָגן אַפֿילו ברמז די צײַט, ווען משיח וועט קומען, כּדי נישט צו פֿאַרוואַנדלען די גאולה אין אַ פֿאַרגליווערטן „אַחרית־הימים”, דעם לעצטן פּונקט אין דער געוויינטלעכער מענטשלעכער געשיכטע. קאָנקרעטע ציפֿערן וואָלטן אונטערגעריסן דעם תּוכן פֿון זײַנע ברכות, וואָס רעפּרעזענטירן די פֿילזײַטיקייט פֿונעם מענטשלעכן לעבן און די וויכטיקייט פֿון פֿאַרשיידענע גרופּעס און פּערזענלעכקייטן; די דינאַמיק פֿון דער קומענדיקער גאולה אַנטוויקלט זיך שטענדיק אין דער הײַנטיקער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.