טרויער פֿאַר דער פּטירה פֿון אַ געליבטער שפּראַך

Grieving For the Disappearance of a Beloved Language


פֿון מירע־רבֿקה קאַן

Published January 12, 2017, issue of January 27, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אָבער צו רעדן אַנדערש װי גרעקיש אין גריכנלאַנד, אַפֿילו בײַ זיך אין דער היים, איז געװאָרן אַ פּאָליטישע פּראָבלעם. אין גריכנלאַנד רופֿט מען דעם צפֿונדיקן טײל לאַנד „מאַקעדאָניע‟, אָבער ס׳איז אױך דאָ אַ לאַנד אױף צפֿון פֿון גריכנלאַנד, וואָס הייסט די מאַקעדאָנישע רעפּובליק. דאָרטן רעדט מען יענע סלאַװישע שפּראַך, װאָס די ריידער פֿון דער שפּראַך רופֿן מאַקעדאָניש, אָבער גריכנלאַנד האַלט, אַז יענער שטח דאַרף געהערן גריכנלאַנד, אַזוי אַז צו רעדן מאַקעדאָניש אין גריכנלאַנד איז צו זײַן נישט קיין אמתדיקער גרעק — מיט איין װאָרט, אַ פֿאַררעטער. 

פּונקט אַזױ װי מע האָט גערעדט װעגן ייִדיש מיט אַ הונדערט יאָר צוריק, זאָגט מען הײַנט װעגן דעם אַז „ס׳איז נישט קיין שפּראַך — ס׳איז סתּם אַ געמיש פֿון טערקיש, גרעקיש, און בולגאַריש.‟ אָבער ביז אין די 1980ער יאָרן האַט מען אין זײַן שטעטל נאָר גערעדט יענע סלאַװישע שפּראַך. װאָסער שפּראַך מע רעדט איז געוויינטלעך זייער אַ פּאָליטישער ענין, אָבער אין די באַלקאַנישע לענדער קען עס ממש זײַן אַ פֿראַגע פֿון לעבן און טױט.

מיטאָג בײַ דער באָבען
מיטאָג בײַ דער באָבען

צפֿון־גריכנלאַנד איז לאַנג געװען אַ געמיש פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער, אָבער צו „העלעניזירן‟ די באַפֿעלקערונג אַזױ װי מע האָט געטאָן אין די צײַטן פֿון די מכּביער האָבן גרעקן אַרױסגעטריבן די אָרטיקע מינאָריטעטן, און די טענדענץ איז געבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג. מיכאַליסעס מאַמע האָט אין דער שולע געמעגט רעדן נאָר גרעקיש, און די תּלמידים װאָס האָבן נישט געפֿאָלגט האָבן באַקומען פּעטש פֿון די לערער. „אין אַמאָליקע צײַטן האָט מען אַפֿילו דערוואַקסענע באַשטראָפֿט פֿאַר רעדן אַ זאַץ אויף מאַקעדאָניש, דורך צווינגען זיי צו עסן פֿישטראָן,‟ האָט מיכאַליס געזאָגט.

די גריכישע רעגירונג האָט, אַ פּנים, מורא געהאַט אַז די סלאַװן אין צפֿון־גריכנלאַנד װעלן גיכער וועלן װערן אַ טײל פֿון בולגאַריע, און אַזױ איז די אָרטיקע סלאַװישע שפּראַך פֿאַרװערט געװאָרן. אָבער, ווי מיר ייִדיש־קענער ווייסן אַליין, װען מע האָט נישט קיין שפּראַך, װי אַזױ קען מען אױפֿהיטן אַ באַזונדערע אידענטיטעט?

אַ טיפּישע לאַנדשאַפֿט אין ניסי, דאָס דאָרף וווּ מיכאַליס׳ מאַמע איז אויפֿגעוואַקסן
אַ טיפּישע לאַנדשאַפֿט אין ניסי, דאָס דאָרף וווּ מיכאַליס׳ מאַמע איז אויפֿגעוואַקסן

די בולגאַרן האַלטן מיכאַליס׳ מאַמע־לשון פֿאַר אַ בולגאַרישן דיאַלעקט, בעת די גריכן אָנערקענען די שפּראַך בכלל נישט. די גריכן טענהן, אַז די מאַקעדאָניער זענען תּמיד געווען גריכן און דערפֿאַר קען זייער שפּראַך נישט זײַן קיין בולגאַרישע, האָט מיכאַליס געזאָגט. בעת אַ רעדע בײַ דער פּאָליגלאָט־קאָנפֿערענץ האָט אַ האָלענדישער לינגװיסט טאַקע איבערגעגעבן דעם גריכישן נוסח פֿון דעם מצבֿ. דערהערנדיק אַזאַ זאַך האָט מיכאַליס זיך נישט געקענט אײַנהאַלטן.

„איר װייסט נישט װעגן װאָס איר רעדט, װײַל איר פֿאַרשטײט נישט דעם װייטיק פֿון אונדזער פֿאָלק!‟ האָט מיכאַליס אויסגערופֿן. „איר װייסט נישט אויף ווי ווײַט מיר האָבן פֿאַרלױרן אונדזערע מנהגים, אונדזער שפּראַך, און איצט אונדזער אייגענע געשיכטע.‟

איך שטעל זיך אַליין פֿאָר װי אַזױ ייִדן וואָלטן רעאַגירט, װען אַ פּראָפֿעסאָר דערקלערט, אַז משה רבינו איז נישט געװען קיין ייִד, נאָר אן עמלקי…

מיכאַליס פֿאַרשטײט גוט װאָס עס מיינט צו זײַן אַ מיטגליד פֿון אַ לינגוויסטישער מינאָריטעט, און טאַקע דערפֿאַר איז ער צוגעצױגן געװאָרן צו ייִדיש. דערצו פֿילט ער אויך אַן עמאָציאָנעלע נאָענטשאַפֿט מיטן לשון. „ייִדיש איז מיר היימיש — האָט ער מיר געזאָגט — װײַל איר האָט אַפֿילו װערטער װאָס איך קען פֿון מײַן אייגענעם פֿאַרלױרענעם מאַמע־לשון. למשל, דאָס װאָרט, ׳זשאַבע‘ פֿאַר פֿראָש האָט מען אין מײַן היימשטעטל אויך געניצט.‟

אַ פּנים דאַרף מען נישט שטאַמען פֿון אַשכּנז, אָדער אַפֿילו זײַן אַ ייִד, צו געפֿינען שיינקייט און היימישקייט אין ייִדיש.