ייִדישע רויזנקראַנצן?

Jewish Rosaries?


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 17, 2017, issue of January 27, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, האָט דער קבלה־פֿאָרשער אַבֿי סאָלאָמאָן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַעם מאַטעריאַל אין שײַכות צו זײַנע ענגלישע איבערזעצונגען פֿון אַבולעפֿיהס מעדיטאַציע־מעטאָדן. אַ זיך־דרייענדיקער קרײַז מיט ייִדישע אותיות און לשון־קודשדיקע ווערטער אויפֿן קאָמפּיוטער־עקראַן קאָן העלפֿן צו פֿאַרטיפֿן דעם שׂכל אין גײַסטיקע וועלטן, ווי אַ מין „ווירטועלער רויזן־קראַנץ‟.

אין סעפּטעמבער, האָט סאָלאָמאָן פּובליקירט אויף דער אינטערנעץ אַ טייל פֿון זײַן ענגלישער איבערזעצונג פֿון אַבולעפֿיהס קלאַסישן מעדיטאַציע־ספֿר „אור השׂכל‟. דאָס בוך איז אַרויס אין 2008 און בלײַבט נאָך אַלץ פּאָפּולער; אויף דער אינטערנעץ ווערט עס פֿאַרקויפֿט פֿאַר 100־150 דאָלאַר.

בײַ די סקווערער חסידים איז אָנגענומען דער מינהג, באַגרינדעט אויפֿן סידור פֿונעם באַרימטן מקובל רבי ישעיה הלוי האָראָוויץ, באַקאַנט ווי דער „של״ה־הקדוש‟, לויט וועלכן מע לייענט מוצאי־שבת אַלע מעגלעכע קאָמבינאַציעס פֿון די אותיות אינעם נאָמען „אליהו‟, בסך־הכּל, 120 קאָמבינאַציעס. לויט אַנדערע וואַריאַנטן, פּאָפּולאַריזירט דורכן גרויסן ירושלימער מקובל רבי ישעיה־אָשר־זעליג מרגליות, זאָגט מען אַ ספּעציעלע לאַנגע תּפֿילה; בײַם זאָגן דאַרף מען אין זינען האָבן אַלע צירופֿים פֿון אליהו הנבֿיאס נאָמען. אַ רויזנקראַנץ וואָלט זיכער צו נוץ געקומען אין אַזאַ פֿאַל, אָבער ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז די שטרענגע ירושלימער נטורי־קרתּאניקעס, וואָס מײַדן אויס אַלץ, וואָס שמעקט מיט „גוייִשקייט‟, וואָלטן זיך באַנוצט מיט אַזאַ כּמו־קריסטלעכן מכשיר.

געוויסע טיף־פֿרומע אַמאָליקע חסידים אין מיזרח־אייראָפּע פֿלעגן זאָגן אַ גאַנצן טאָג תּהילים אויף אויסווייניק. בײַם האַקן ביימער אָדער בײַם פֿאַרריכטן שיך, האָבן זיי אויטאָמאַטיש געדאַוונט. צוגעוויינט צו אַזאַ פּראַקטיק, וואָלטן זיי דאָס ווײַטער געטאָן על־פּי טעות אין בית־כּסא. דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, יוסףּ־יצחק שניאורסאָן, האָט באַמערקט, אַז אַפֿילו אין אַזאַ פֿאַל נעמט דער באַשעפֿער אָן תּפֿילות פֿון אַזעלכע חסידים, הגם אויף יענער וועלט וועט מען זיי פֿרעגן, פֿאַרוואָס זיי האָבן נישט געלערנט, ווי געהעריק, די הלכות, ווען מע מעג און ווען מע טאָר נישט דערמאָנען די הייליקע ווערטער.

דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן, האָט געציילט אויף זײַנע פֿינגער די 13 געווירצן פֿונעם קטורת, וואָס מע דערמאָנט יעדן טאָג פֿאַר שחרית און מינחה. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז עס אַ מין נאַטירלעכער וואַריאַנט פֿונעם רויזנקראַנץ. צוליב אומקלאָקע סיבות, האָבן די ליובאַוויטשער באַשלאָסן, אַז דאָס איז געווען אַ ספּעציפֿישער מינהג פֿונעם רבין, וואָס פֿאַר אַ פּשוטן מענטש איז נישט כּדאַי איבערצוחזרן.

אַחוץ רבי אַבֿרהם אַבולעפֿיה, פֿאָדערן אַ סך אַנדערע מעדיטאַציעס איבערצוחזרן געוויסע ווערטער אָדער פֿראַזעס הונדערטער מאָל. על־פּי קבלה, אויב מע חזרט איבער אָן אַ סוף אַ געוויסע משנה, קאָן די נשמה פֿונעם תּנא, וועלכער האָט די דאָזיקע משנה אַנטפּלעקט, אַראָפּקומען אינעם מקובלס מוח ווי אַן אינערלעכער מגיד. פֿאַרשטייט זיך, קאָנען אַזעלכע געניטונגען זײַן סכּנותדיק פֿאַר אַ פּסיכיש־אומסטאַבילן מענטש; די מקובלים אַליין וואָרענען, אַז ווען מע מיינט, אַז מע טרעפֿט זיך מיט „מגיד‟, קאָן עס פּשוט זײַן אַ האַלוצינאַציע. דאָס איבערחזרן אַ געוויסע פֿראַזע טויזנטער מאָל קאָן אַרײַנפֿירן דעם מענטש אין אַ טראַנס און אַפֿילו אַרויסרופֿן אַן עפּיזאָד פֿון פּסיכאָז.

אַזוי צי אַזוי, נישט געקוקט אויף די פּאָטענציעלע סכּנות און דעם מאַרגינאַלן כאַראַקטער פֿון די דערמאָנטע מעדיטאַציע־מעטאָדן, מוז מען זאָגן, אַז אַ רויזנקראַנץ קאָן זײַן נוצלעך אין דער ייִדישער טראַדיציע. ווי געזאָגט, אין די מיזרחדיקע לענדער איז דער סופֿי־וואַריאַנט פֿון אַזאַ מכשיר געווען באַקאַנט בײַ ייִדישע תּהילים־זאָגער. אינעם פּראַקטישן זין, אָבער, וואָלט אַ ייִד מיט אַזאַ דזשימדזשיק אין דער האַנט, אַפֿילו מיט אַ מגן־דוד אינעם צענטער, אין ס׳רובֿ קהילות אויסגעזען אויסטערליש.