(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די חסידישע צדיקים באַטאָנען, אַז נאָך דער יציאת־מצרים און מתּן־תּורה האָבן ייִדן כּמעט דערגרייכט די מדרגה פֿון משיחישער גאולה. צוליב דעם חטא פֿונעם גאָלדענעם קאַלב זענען זיי אָבער, צום באַדויערן, ווידער אַראָפּגעפֿאַלן. ווען נישט דער עגל־הזהבֿ, וואָלט די תּורה זיך געלייענט אויף אַן אַנדער אופֿן.
אַזוי צי אַזוי, איז דער חטא למעשׂה געשען, און מיר לעבן אין אַ וועלט, וווּ דעם אייבערשטנס גאולה־צוזאָג לייענט זיך ווי אַ רמז אויף אַנדערע מינים גלות. דער פֿערטער ווערב, „ולקחתּי‟, איז מרמז אויפֿן הײַנטיקן לאַנגאָניקן גלות־אדום. צוליב אַ ריי היסטאָרישע און פֿילאָסאָפֿישע סיבות, ווערט עשׂו אָדער אדום אַסאָציִיִרט אין דער ייִדישער טראַדיציע מיט רוים, וואָס סימבאָליזירט די מערבֿדיקע ציוויליזאַציע בכלל. הגם די רוימישע אימפּעריע איז שוין לאַנג בטל געוואָרן, הערשן אין דער וועלט נאָך אַלץ, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, אירע דירעקטע יורשים.
למשל, ס׳געפֿינען זיך צום צפֿון פֿונעם אייראָפּעיִשן קאָנטינענט צוויי בשכנותדיקע אינדזלען: אירלאַנד און בריטאַניע. ביז אירלאַנד האָט די רוימישע מאַכט זיך נישט דערקליבן, און הײַנט בלײַבט עס אַ באַשיידן לענדל. די אַמאָליקע רוימישע בריטאַניע איז זיך אָבער במשך פֿון דער צײַט צעוואַקסן אין אַ ריזיקער אימפּעריע, וואָס האָט זיך ווײַטער פֿאַרשפּרייט אין אַ ריי לענדער, אַרײַנגערעכנט צפֿון־אַמעריקע.
אַחוץ אַזעלכע גשמיותדיקע פּשטלעך, איז וויכטיק צו געדענקען, אַז יעדער היסטאָרישער מין גלות האָט אַ מעטאַפֿיזישן און אינערלעכן נשמה־באַדײַט. דער גלות־אדום איז פֿאַרבונדן מיטן אינגאַנצן אַסימילירטן פֿערטן זון אין דער הגדה. זאָגט אים דער אייבערשטער צו: „ולקחתי אתכם‟ — אַזאַ זון דאַרף מען נעמען און דערמאָנען, אַז ער איז אַ ייִד.
במשך פֿון דורות, האָט דער „רוימישער‟, מערבֿדיקער גלות אָנגענומען פֿאַרשיידענע פֿאָרמען. אין דער הײַנטיקער תּקופֿה באַשטייט די עיקר־פּראָבלעם אין דעם, וואָס אַ סך ייִדן באַמערקן נישט בכלל, אַז זיי זענען גאָר ווײַט פֿון דער גאולה, און אַז אַפֿילו די פֿרימסטע קרײַזן קאָנען גרינג אַרײַנקריכן אין די סאַמע טיפֿע תּהומען פֿון גײַסטיקער אַסימילאַציע.
יצחק־נחמן שטיינבערג איז געווען גאָר אַן אָריגינעלער סאָציאַל־פּאָליטישער טוער און דענקער. ווי אַ פֿרומער ייִד, האָט ער זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער רוסישער רעוואָלוציע. ווען ער האָט דערזען, אַז די סאָוועטישע מאַכט ווערט אַ נײַער אַכזריותדיקער וואַריאַנט פֿונעם אַלטן גלות־אדום, האָט ער אָנגעהויבן וואַנדערן און זיך שפּעטער באַזעצט אין ניו־יאָרק. ווידער האָט ער אַנטדעקט, אַז נישט געקוקט אויף דער פּערזענלעכער פֿרײַהייט, הערשט אין אַמעריקע דער זעלבער גלות, אָבער מיט אַן אַנדער פּנים.
שטיינבערג באַמערקט, אַז געוויסע מענטשן זאָרגן זיך וועגן דער אַסימילאַציע פֿון ייִדן, אָבער פֿאַרגעסן אין דער אַלגעמיינער אַסימילאַציע פֿונעם מענטש, פֿון עצם־מענטשלעכקייט. אין אַמעריקע קאָן מען זײַן פֿרום, רעדן אויף ייִדיש, אַרומגיין אויף דער גאַס מיט אַ שטרײַמל, שאַפֿן אייגענע חסידישע קוואַרטאַלן און גאַנצע שטעטלעך — געזונטערהייט. פֿאַרוואָס שטיצט מען אָבער צווייפֿלהאַפֿטיקע פּאָליטיקער בלויז צוליב זייערע אויבפֿלעכלעכע צוזאָגן און פֿאַרבינדונגען מיט ייִדן? איז ייִדישלעך די געברויך־תּאווה, וואָס צווינגט די חסידים צו פּטרן טויזנטער דאָלאַרן אויף קליידער און דימענטן? פֿאַרוואָס חזרט מען איבער אין די הײַנטיקע ישיבֿות די פֿאַרקריפּטלע פּראָטעסטאַנטישע שיטה, לויט וועלכער ס׳איז באַשערט, כּלומרשט, אַז די וועלט מוז בלײַבן צעטיילט אויף אָרעמע־לײַט און עשירים? איז עס תּורהדיק צו טראַכטן בלויז וועגן זיך אויפֿן חשבון פֿון די אַרומיקע מענטשן?
אינעם הײַנטיקן וואַריאַנט פֿון גלות־אדום קאָן מען זײַן אַ פּאָלנער „רוימער פֿון משהס גלויבן‟ און אַפֿילו נישט באַמערקן, ווי טיף מע ווערט פֿאַרקראָכן. פֿונדעסטוועגן, טרייסט אונדז די תּורה, אַז סוף־כּל־סוף קאָנען מיר זוכה זײַן צו אַ נײַער יציאת־מצרים, אַרויסקריכן פֿון אונדזער אינערלעכן און אויסערלעכן גלות, און דערגרייכן אַלע פֿיר מדרגות פֿון גאולה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.