פֿאַרקויפֿטע נשמות

Souls Sold To The Devil

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published January 29, 2017, issue of February 23, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ווי נאָר איך האָב געהערט אַזאַ פּזמון איז מיר ס’בלוט געקומען אין פּנים און איך האָב אויסגעשריגן: „דו פֿאַרשאָלטענע אַנטיסעמיטקע, איך וועל אַראָפּנעמען מײַן סוכּה ווען דו וועסט פּטור ווערן פֿון דײַן קריסטמעס־בוים!‟

נו! נו! איך האָב באַצאָלט דערפֿאַר. צו מאָרגנס, כ׳וויל אָנצינדן מײַן אויטאָ אין גאַראַזש, האָט דער אויטאָ געוויינט: „כ׳קען זיך נישט אָנצינדן, קוק אַרײַן אין מײַן אונטערשטע רער!‟

האָב איך גערופֿן אַ מעכאַניק און אויסגעפֿונען אַז עמעצער האָט אַרײַנגעשיט אַ בײַטל מיט צוקער אין דער אונטערשטער רער פֿון אונדזער אויטאָ. זיכער האָב איך געוווּסט ווער ס׳האָט עס געטאָן אָבער דער שכנטעס זון נישט געכאַפּט בײַ דער האַנט, איז עס געווען פֿאַרפֿאַלן.

צוליב וואָס דערמאָן איך עס? ייִדן האָבן פֿאַרגעסן אינעם וואָרט „אַנטיסעמיטיזם‟! מ׳האָט עס פֿאַרביטן מיט ראַסיזם. איר וועט אָבער נישט הערן מענטשן זאָלן זיך באַנוצן דערמיט, אפֿילו בנימין נתניהו, דער פּרעמיער מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל, וועלכע באָרעט זיך מיט דער וועלט אַרום אים וואָס וויל אונדז דערטרינקען; נישט, חלילה, אין אַ לעפֿל וואַסער, נאָר אַרײַנשלײַדען אין ים, הערט מען נישט מער דעם „יום־טובדיקן‟ נאָמען מיט וועלכן מ׳האָט אונדז באַגלײט מער ווי צוויי טויזנט יאָר, נאָר דער אַנטיסעמיטיזם בליט אומעטום, אַפֿילו דאָ, אין אַמעריקע.

ס׳איז געווען אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד ווען מ׳האָט אונד געעפֿנט די אויגן צו חניפֿה און דאָס קריכן פֿאַר יענעם אויף אַלע פֿיר צוליב מאַכט און דער געלט־קאַסע.

אין אונדזער צײַט האָבן מענטשן פֿאַרקויפֿט זייערע נשמות דעם קאָמוניזם און אַלערלײַ ־יזמס, און געצאָלט דערפֿאַר רבי־געלט.

דאַרף עס נעמען בלויז אַזאַ צעדרייטער אויפֿן גאַנצן ווענטיליאַטאָר ווי דאָן־קיכאָט, דער אַנטי־העלד פֿון מיגועל דע סערוואַנטס פֿון „מענטש פֿון לאַ מאַנטשאַ‟ מיט זײַן נאָכשלעפּער סאַנטשאָ פּאַנזאַ צו קעמפֿן מיט די ווינטמילן כּדי אײַנצושטעלן זיך פֿאַר אַלע קריוודעס צו ברענגען יושר אויף דער וועלט. זעט אויס אַז ביידע זײַנען נאַיִווע טרוימער און פֿאַרפֿעלט צו זען די וועלט ווי זי איז.

אין אונדזער צײַט זײַנען מיר זוכה געווען צו באַראַק אָבאַמאַ, אַ נאַיִוון דאָן־קיכאָט, וואָס האָט פּרובירט קעמפֿן מיט די ווינטמילן פֿון דער וועלט און אײַנשטעלן אַ שטיקל סדר, בלויז אָנצוקומען צו דער פֿאַרקויפֿטער נשמה — דאָנאַלד טראַמפּ. פֿאַרקויפֿט האָט ער זײַן נשמה דעם דאָלאַר.