די ייִדישע סאַלאָניק

Jewish Salonica

ד״ר דעווין נער פּרעזענטירט זײַן בוך אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט
ד״ר דעווין נער פּרעזענטירט זײַן בוך אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 31, 2017, issue of February 23, 2017.

דעם 16טן יאַנואַר האָט דוד שלתּיאל, דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין סאַלאָניק, גריכנלאַנד, איבערגעגעבן, אַז מיט דער הילף פֿון דער דײַטשישער רעגירונג וועט זיך אין דער שטאָט עפֿענען דער חורבן־מוזיי, וועלכן מע האָט שוין דרײַ יאָר פּלאַנירט צו שאַפֿן, אָבער ביז הײַנט נישט געקאָנט אויסבויען צוליב דעם פֿינאַנציעלן דוחק. דײַטשלאַנד האָט צוגעזאָגט צען מיליאָן אייראָס פֿאַרן פּראָיעקט; בסך־הכּל וועט דער מוזיי אָפּקאָסטן בערך 23 מיליאָן אייראָס.

פֿאַר אַ דורכשניטלעכן ייִד פֿון מיזרח־אייראָפּע איז סאַלאָניק מסתּמא בלויז איינס פֿון טויזנטער היסטאָרישע ייִדישע שטעטלעך. די באַקאַנטע ווערטער אין מרדכי געבירטיגס ליד „אונדזער אָרעם שטעטל נעבעך ברענט‟ ווערן גיכער אַסאָציִיִרט מיטן אַמאָליקן ייִדישן פּוילן, וווּ דער פּאָעט האָט געלעבט. בײַ די באַלקאַנער און טערקישע ספֿרדים האָט אָבער דאָס אַלטע פּאָפּולערע שפּאַניש־ייִדישע ליד „עס קעמאָ סאַלאָניק‟ („סאַלאָניק האָט געברענט“) אַ באַזונדערס טראַגישן טעם; במשך פֿון דורות האָבן זיי געהאַלטן די דאָזיקע שטאָט פֿאַרן וויכטיקטסטן וועלטצענטער פֿון ייִדישקייט. אַ סך ספֿרדים האָבן אָפֿט באַטראַכט סאַלאָניק ווי אַן אמתער „ירושלים של מטה‟, אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם צוקונפֿטיקן משיחישן הימלישן „ירושלים של מעלה‟. ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה איז עס פֿאַקטיש געווען אַ ייִדישע שטאָט; דער מוסולמענישער טייל פֿון סאַלאָניק איז געווען קלענער פֿונעם ייִדישן, און דער קריסטלעכער — נאָך קלענער.

אַ ייִדישע קהילה האָט עקזסיסטירט אין דער אוראַלטער גריכישער פּאָרטשטאָט נאָך מיט 2,000 יאָר צוריק. נאָכן גירוש־ספֿרד זענען אַהין אַנטלאָפֿן טויזנטער שפּאַנישע ייִדן וועלכע האָבן מיטגעבראַכט זייער שפּראַך, מינהגים און רײַכע אייגנאַרטיקע קולטור. במשך פֿון 400 יאָר איז סאַלאָניק געבליבן אַ גרויסער צענטער פֿון ייִדיש לעבן. דאָרטן איז געבוירן געוואָרן רבי שלמה אַלקבץ, דער מחבר פֿונעם שבתדיקן פּיוט „לכה דודי‟; רבי יוסף קאַראָ, דער מחבר פֿונעם „שולחן ערוך‟ האָט פֿאַרבראַכט אין סאַלאָניק עטלעכע יאָר, זיך גריבלענדיק אין די דאָרטיקע אוצרות פֿון רבנישע ספֿרים.

נישט לאַנג צוריק האָט ד״ר דעווין נער [נאַאַר], אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר אינעם סיאַטלער אוניווערסיטעט און אַ וועלט באַקאַנטער מומחה אין ספֿרדישע שטודיעס, אַרויסגעגעבן זײַן בוך „די ייִדישע סאַלאָניק‟, וואָס קאָנצענטרירט זיך אויפֿן מהומהדיקן פּעריאָד צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. בעת איינער פֿון זײַנע פּרעזענטאַציעס פֿונעם נײַעם בוך, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דעם 29סטן סעפּטעמבער אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, האָט ער מיט ברען דערציילט וועגן פֿאַרשיידנדיקע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן לעבן אין דער שטאָט, וווּ זײַן זיידע איז געבוירן געוואָרן אין 1917.

נער איז אַ געראָטענער ענטוזיאַסטישער לעקטאָר. זײַן פּרעזענטאַציע האָט ער באַגלייט מיט אינטערעסאַנטע פּערזענלעכע מעשׂיות, משפּחה־געשיכטעס און טשיקאַווע פֿאַקטן. למשל, ווען זאבֿ זשאַבאָטינסקי איז געקומען צו גאַסט אין סאַלאָניק, האָבן די אָרטיקע ספֿרדים צו ערשט חושד געווען, אַז ער איז אַן אַלפֿאָנס. אַשכּנזים זענען בכלל געווען אַ זעלטנקייט אין דער שטאָט, און די וועלטלעכע מערבֿדיקע ייִדן האָבן זיך אַסאָציִיִרט בײַ די אָרטיקע ספֿרדים מיט פֿינצטערע געשעפֿטן.

אין זײַן בוך דערקלערט דער מחבר, אַז די ייִדישע קהילה אין סאַלאָניק איז במשך פֿון דורות געבליבן אַ מין לאַנד אין זיך, שטרענג קאָנטראָלירט דורך די רבנים און קהילה־אינסטאַנצן. ווי אַ טשיקאַווע אילוסטראַציע דערמאָנט נער אַ לאַדינאָ־פֿאָלקסליד וועגן אַ מיידל וואָס האָט פֿאַרברענט די געפֿילטע טרויבנבלעטער — אַ באַליבטן מאכל בײַ גריכן און גריכישע ייִדן. די מאַמע איז געוואָרן אויפֿגעבראַכט און האָט געוואָלט געבן דער טאָכטער קלעפּ. דאָס מיידל האָט זיך איבערגעשראָקן, איז געלאָפֿן צו אַ דיין און געבעטן בײַ אים אַ היתּר צו ווערן אַ מוסולמענערין. דאָס אַוועקגיין אין גאַנצן פֿון ייִדישקייט איז געווען דער איינציקער אופֿן פּטור צו ווערן פֿונעם קהילה־קאָנטראָל.