(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די דאָזיקע בײַשפּילן ווײַזן, אַז אַפֿילו אינעם טאָג־טעגלעכן הײַנטיקן לעבן קאָן פּונקט דאָס זעלבע געשעעניש אָדער אונטערנעמונג אַרויסרופֿן היפּוכדיקע געפֿילן בײַ די פֿאָרשטייער פֿון פֿאַרשיידענע סאָציאַלע שיכטן. בעת דער מכּת־חושך האָט דער דאָזיקער פּרינציפּ זיך אַנטפּלעקט אויף אַ בולטן איבערנאַטירלעכן אופֿן. ליכטיקייט פֿאַר די שקלאַפֿן האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין פֿינצטערניש אין די אויגן פֿון די פֿאַרשקלאַפֿער.
אַן אַנדער קוואַל פֿון אומגלײַכקייט, וואָס האָט געהערשט אינעם אוראַלטן מצרים, איז געווען באַגרינדעט אויפֿן ביאָלאָגישן אָפּשטאַם. ס׳איז געווען אַ תּקופֿה, ווען יוסף הצדיק איז געוואָרן דער שני־למלך, אָבער בדרך־כּלל האָבן געוויסע אַריסטאָקראַטישע משפּחות פֿאַרנומען די פֿירנדיקע פּאָזיציעס פֿון דור צו דור. די ערשט־געבוירענע צווישן זיי זענען געווען באַזונדערס חשובֿ. אַזאַ סדר האָט פֿאַר די מיצרים אויסגעזען באַרעכטיקט און נאַטירלעך. פּלוצעם, האָבן די אַריסטאָקראַטן דערהערט, אַז דער אייבערשטער אַליין קלײַבט זיך זיי אומצוברענגען. דער גאַנצער סדר האָט זיך איבערגעקערט; די געוועזענע אַריסטאָקראַטן זענען אויפֿגעשטאַנען קעגן זייערע פֿאָטערס און האָבן זיך אומגעריכט פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין גאַסן־שלעגער.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערמאָנט די מיצווה פֿון פּדיון־הבן. עס באַקומט זיך, אַז אין דער ייִדישער טראַדיציע שפּילן די בכורים און כּהנים אויך אַ חשובֿע ראָלע. אין פֿאַרגלײַך מיט דער מיצרישער געזעלשאַפֿט איז אָבער די דאָזיקע ראָלע בלויז אַ סימבאָלישע. די כּהנים קערן אָפֿט אום די זילבערנע מטבעות דעם טאַטן פֿונעם קינד. אַדרבה, די דאָזיקע מיצווה דערמאָנט אונדז אינעם אַמאָליקן אומיושר פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ און שטרײַכט אונטער, אַז בײַ ייִדן זאָלן דווקא נישט זײַן קיין עכטע היעראַרכיעס.
פֿון משה רבינוס באַגעגעניש מיט פּרעה, וועלכער איז אַרײַנגעפֿאַלן נאָך טיפֿער אויפֿן סאַמע דנאָ פֿון עקשנות, קאָנען מיר אויך אָפּלערנען גאָר אַ וויכטיקן מוסר־השׂכּל פֿאַר אַ מענטש, וואָס פֿאַרנעמט אַ פּאָזיציע פֿון אַ מנהיג. די תּורה גיט אונדז איבער, אַז משה איז געווען דער גרעסטער ענוו אין דער וועלט. זײַענדיק אויך דער גרעסטער נבֿיא און דער מנהיג פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, האָט ער אָבער מורא געהאַט, אַז זײַן הויכע מיסיע קאָן אים, חלילה, ברענגען צו גאווה.
קיין פּשוטער פּאַרשוין איז פּרעה נישט געווען. על־פּי קבלה, פּרטימדיק דערקלערט אין די קלאַסישע חסידישע ספֿרים, האָט ער רעפּרעזענטירט דעם נחש, וועלכער האָט פֿאַרפֿירט אָדם און חוה. משה האָט געדאַרפֿט זיך ווידער טרעפֿן מיט אַזאַ פּאַרשוין, ממש אַ שלאַנג, כּדי צו פֿאַרשטיין בעסער די סכּנה פֿון גאווה. זײַענדיק לכתּחילה אַ גרויסער חכם און אַ געניטער — הגם אַן אַכזריותדיקער — מנהיג, איז פּרעה אַרײַנגעפֿאַלן אין אַזאַ טיפֿן עקשנות, אַז ער האָט צום סוף חרובֿ געמאַכט זײַן אייגן לאַנד, אַבי זיך נישט צוהערן צו משה רבינוס ווערטער. ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער רבונו־של־עולם אַליין באַפֿעלט אים צו באַפֿרײַען די ייִדן. פֿון דעסטוועגן, האָט ער פֿאַרשטאָפּט זײַן האַרץ און קאָפּ מיט גאווה. דער מיצרישער קיניג אַליין האָט, כּבֿיכול, פֿאַרשוויגן דאָס געטלעכע קול אין זײַן נשמה און איבערגעקערט עס אין אַ קוואַל פֿון עקשנות און אַכזריות.
כּדי נישט אַרײַנצופֿאַלן אַפֿילו אויף אַ טראָפּן אין אַזאַ פּאַסטקע, מוז אונדזער אייגענער „משה‟ — די באַשיידענע און געטלעכע נשמה־כּוחות — זיך טרעפֿן מיט אונדזער אינערלעכן „פּרעה‟. מע דאַרף זיך גוט אַרײַנצוקוקן אין זיך און פֿאַרשטיין, אַז די אמתע „גײַסטיקע איבערקערעניש‟ אין אונדזערע הערצער מוז זײַן באַגרינדעט, חס־ושלום, נישט אויף גאווהדיקע געפֿילן אָדער אויפֿן פּאָסמאַקעווען זיך מיט די מעשׂיות וועגן אומגעקומענע מיצרים, נאָר אויף משה רבינוס מידת־הענווה און אַלגעמיינעם יושר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.