פּרשת בא, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Bo, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 02, 2017, issue of February 23, 2017.

דער באַשעפֿער האָט אָנגעזאָגט משה רבינו צו גיין ווידער צום פֿאַרעקשנטן מיצרישן קיניג מיט דער בקשה אַרויסצולאָזן די ייִדן. „בא אל פּרעה‟ — גיי צו פּרעה, ווײַל איך האָב האַרט געמאַכט זײַן האַרץ, זאָגט דער רבונו־של־עולם. פֿרעגט זיך אַ קשיא: אויב דער אייבערשטער אַליין האָט „פֿאַרשטאָפּט‟ דעם קיניגס האַרץ, וועט ער דאָך סײַ־ווי־סײַ נישט הערן. צוליב וואָס האָט משה געדאַרפֿט זיך ווידער אַ מאָל דערנענטערן צו אַזאַ פֿאַרביסענעם עקשן?

די לעצטע דרײַ מכּות האָבן, סוף־כּל־סוף, איבערגעצײַגט פּרעה, אַז ס׳איז גענוג שוין זיך עקשנען. די היישעריקן האָבן פֿאַרפֿלייצט זײַן לאַנד; דערנאָך איז געקומען דער שרעקלעכער חושך; צום סוף, זענען די מיצרישע בכורים געשטאָרבן אין מיטן דער נאַכט, וועלכע איז שפּעטער געוואָרן די צײַט, ווען ייִדן פּראַווען דעם פּסחדיקן סדר. דער אייבערשטער האָט זיי געגעבן די ערשטע ספּעציפֿיש־ייִדישע מיצווה: צו פֿאַררעכענען ניסן ווי דעם ערשטן חודש אינעם לוח, צוליב דעם באַפֿרײַט ווערן פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ.

פֿאַר אַ הײַנטיקן לייענער קאָן די מכּת־בכורות קלינגען ווי אַן אויסטערלישע קאָלעקטיווע שטראָף. די קינדער טראָגן דאָך נישט קיין אַחריות פֿאַר די אכזריותדיקע מעשׂים פֿון זייערע עלטערן. אויב אַפֿילו סע גייט אַ רייד וועגן די דערוואַקסענע בכורים, נישט שוין זשע האָבן זיך צווישן זיי נישט אָפּגעפֿונען קיין לײַטישע מענטשן, נישט פֿאַרמישט אין דער פֿאַרשקלאַפֿונג פֿון ייִדן?

בעת אַ מיליטערישן קאָנפֿליקט, טאָר מען זיכער נישט אומברענגען אַ גאַנצע גרופּע מענטשן בלויז צוליב זייער אָפּשטאַם. אין מצרים האָט עס אָבער געטאָן דער בורא־עולם אַליין; אויף אים פֿרעגט מען דאָך נישט קיין קשיות. פֿון דעסטוועגן, קומט דער כאַראַקטער פֿון דער לעצטער מכּה אין סתּירה מיט אונדזער קעגנערשאַפֿט צו קאָלעקטיווע שטראָפֿן. די חז״ל דערקלערן, אַז ווען די מיצרישע בכורים האָבן דערהערט וועגן דער הימלישער גזירה, האָבן זיי אָנגעהויבן אַן אויפֿשטאַנד קעגן זייערע פֿאָטערס. ווי אַ רעזולטאַט, זענען אַ סך פֿון זיי געפֿאַלן קרבנות אין זייער אייגענער מלחמה.

אין דער אמתן, זעען מיר, אַז נישט אַלע מיצרישע בכורים האָבן געליטן בעת דער מכּה. דער פּרעה אַליין האָט זי איבערגעלעבט — הגם בלויז אויף אַ קורצער ווײַל — כּדי צו זען מיט זײַנע אייגענע אויגן די מפּלה פֿון די מיצרישע כּוחות. זײַן טאָכטער בתיה, אויך אַן ערשט־געבוירענע, האָט זוכה געווען פֿאַר איר צידקות אַרײַנצוקומען לעבעדיקערהייט אין גן־עדן. מיט צוויי וואָכן צוריק האָבן מיר באַטראַכט די דאָזיקע באַקאַנטע לעגענדע אין דער פּרשה „שמות‟.

אַזוי צי אַזוי, טראָגן די לעצטע דרײַ מכּות אַ טיפֿן סימבאָלישן באַדײַט. די מיצרישע אימפּעריע איז געווען באַגרינדעט אויף אַ שטרענגער היעראַרכישער סיסטעם. די וועלט־באַרימטע פּיראַמידן אילוסטרירן גאַנץ גוט, ווי אַזוי די אוראַלטע מיצרישע מאַכט האָט פֿאָרגעשטעלט דעם סדר פֿון איר מלוכה, ווערטיקאַל אויסגעבויט און שטאַרק ווי אַ שטיין. די היישעריקן רעפּרעזענטירן דעם פֿאַרקערטן פּרינציפּ פֿון ספּאָנטאַנער זעלבסט־אָרגאַניזאַציע. בעת פֿאָלקס־אויפֿשטאַנדן באַווײַזן זיך אָפֿט פֿאָרמעלע אָדער אומפֿאָרמעלע מנהיגים. להיפּוך, פֿירן זיך די אינסעקטן אויף ווי איין שוואָרעם, ווײַזנדיק דערמיט, אַז זייער אין גאַנצן כאַאָטישער קאָלעקטיווער „אויפֿשטאַנד‟ קעגן פּרעהס מאַכט־פּיראַמיד קאָן אונטעררײַסן זײַן אימפּעריע.

דער חושך האָט זיך אויף אַ מיסטעריעזן אופֿן אַנטדעקט פֿאַר די ייִדישע שקלאַפֿן ווי ליכטיקייט. די מפֿרשים דערקלערן, אַז דער זעלבער הימלישער כּוח האָט געפּועלט אויף היפּוכדיקע אופֿנים פֿאַר די שקלאַפֿן און פֿאַרשקלאַפֿער. ווידער קאָנען מיר זאָגן, אַז דער פּאַראַדאָקסאַלער כאַראַקטער פֿון דער דאָזיקער מכּה סימבאָליזירט אַ געוויסע צרה, וואָס שטעקט אין יעדער געזעלשאַפֿט, וווּ עס הערשט אַ טיפֿע סאָציאַלע אומגלײַכקייט. עס טרעפֿט זיך, אַז אַ פּשוטע נאַטירלעכע צײַט־פֿאַרווײַלונג קאָן אַרויסרופֿן אַ שׂימחה בײַ אָרעמע־לײַט, אָבער אויסזען אומבאַקוועם, נודנע און פֿינצטער פֿאַר די עשירים, אָדער פֿאַרקערט. למשל, אַ טײַערער קאָרפּאָראַטיווער מאָלצײַט קאָן פֿאַר אַ פּשוטן אַרבעטער אויסזען ווי אַ געפֿערלעך נודנע און נוצלאָזיקע אונטערנעמונג.