„דער פֿרישער ‘װעקער’ װעט זײַן אױף אַ שטאַפּל, װאָס איז נאָך נישט געװען אין דער ייִדישער שפּראַך — זיכער נישט אין די לעצטע יאָרן“.
אַזױ האָט מיר געשריבן ראובֿן, דער שעף־רעדאַקטאָר פֿון דעם זיבעטן נומער „דער װעקער“, אַ זשורנאַל װאָס די באַניצערס פֿונעם חסידישן אינטערנעץ־פֿאָרום „קאַװע־שטיבל“ שטעלן צונױף יעדן חודש. אַזױ װי איך בין אַ לײענער און אַ שרײַבער אין „קאַװע־שטיבל“ און האָב זיך באַטײליקט אין זײערער אַ פֿריִערדיקער אױסגאַבע (דעם צװײטן „פּה־סח“, אַרױס אין פֿרילינג 2016) האָט ראובֿן מיך פֿאַרבעטן אָנצושרײַבן אַן אַרטיקל פֿאַרן נײַעם „װעקער“. און אַזױ װי איך בין אױך אַ שרײַבער פֿאַרן „פֿאָרװערטס“ האָט ראובֿן מיך דערמוטיקט צו מעלדן דעם אַרױסקום פֿונעם „װעקער“ פֿאַרן ברײטערן ייִדיש־לײענענדיקן עולם.
דעם אמת געזאָגט האָב איך שױן בדעה געהאַט צו שרײַבן דערװעגן. איך בין אַלע מאָל זײער אימפּאָנירט פֿון די דיגיטאַלישע זשורנאַלן װאָס די מחברים פֿון „קאַװע־שטיבל“ גיבן אַרױס, און דער נײַער זשורנאַל האָט בײַ מיר אַרױסגערופֿן גרױס אינטערעס.
לכתּחילה איז דער „װעקער“ געװען דער פּועל־יוצא פֿון אַן איניציאַטיװ צו זאַמלען די בעסטע אַרטיקלען אין „קאַװע־שטיבל“ און זײ אַרױסגעבן אין אַ זעלבשטענדיקן זשורנאַל, װאָס מע קען אָפּדרוקן אין דער הײם און לײענען אום שבת און יום־טובֿ. דער נײַער נומער באַשטײט אָבער דורכױס פֿון אָריגינעלע אַרטיקלען, אָנגעשריבן ספּעציעל פֿאַרן זשורנאַל.
ס׳איז ממש צו באַװוּנדערן װאָס אַ גרופּע װאָלונטירן, װאָס טרעפֿן זיך נישט פּנים־אל־פּנים און אידענטיפֿיצירן זיך בלױז מיט פּסעװדאָנימען, קענען אױפֿטאָן אין זײער אַ באַגרענעצטער צײַט: די קװאַליטעט פֿון די אױסגאַבעס װערט אַלץ העכער און העכער, נישט נאָר לגבי דעם אינהאַלט, נאָר אױך דעם אױסשטעל פֿון די זײַטן און די צײכענונגען װאָס באַגלײטן די אַרטיקלען. ס׳איז זײער אַ פֿײַנער משל פֿון „קראַודסאָרסינג“ — אַ בשותּפֿותדיקע אַרבעט פֿון דעם כּלל, לטובֿת דעם כּלל.
דער נײַער „װעקער“ איז אַנדערש פֿון די פֿריִערדיקע אין אַ װיכטיקן פּרט: ער קומט אַרױס נאָר אױף פּאַפּיר, נישט דיגיטאַליש. מע קען באַקומען אַ נומער דורך „אַמאַזאָן“ אָדער אין די קיאָסקן אין װיליאַמסבורג, באָראָ־פּאַרק און מאָנסי. איך האָב געכאַפּט אַ שמועס מיט ראובֿנען, דעם שעף־רעדאַקטאָר, כּדי אים צו שטעלן פֿראַגעס װעגן דעם באַשלוס און אַנדערע רעדאַקציאָנעלע ענינים. [דרך־אַגבֿ, בײַ די װערטער װאָס מע הערט זעלטן אין נישט־חסידיש ייִדיש גיב איך סינאָנימען אין קלאַמערן. איך האָף אַז דאָס װעט נישט שטערן די לײענערס װאָס קענען גוט חסידיש ייִדיש.]
איציק בלימאַן: איך פֿאַרשטײ אַז דאָס איז דער ערשטער נומער „װעקער“ װאָס איר רעדאַקטירט. פֿאַר װאָס האָט איר איבערגענומען די לײצעס, און װאָס האָט זיך געביטן אונטער אײַער אָנפֿירערשאַפֿט?
ראובֿן: דער פֿריִערדיקער רעדאַקטאָר, װעלכער האָט זיך גערופֿן מיטן פּסעװדאָנים „שש משזר“ [„געדרײט לײַנען“], איז געװען דער איניציאַטאָר פֿון דעם פּראָיעקט, און ער האָט עס געפֿירט זעקס חדשים. װי עס זעט אױס האָבן אַנדערע פֿאַרפֿליכטונגען אין לעבן אַװעקגענומען זײַן מעגלעכקײט אָנצוגײן מיט דעם פּראָיעקט, האָב איך עס איבערגענומען פֿון אים.
לעולם [פֿאַקטיש] בין איך געװען שטאַרק פֿאַרמישט אינעם „װעקער“ פֿון אָנפֿאַנג אָן. כ׳האָב געהאָלפֿן מיט װאָס כ׳האָב נאָר געקענט. אין דער צװײטער אױסגאַבע האָב איך געשריבן אַ הױפּט־אַרטיקל, אַן אױסשליסלעכן אינטערװיו מיט דעם װעלט־באַרימטן װיסנשאַפֿטלער ירמיהו ענגלאַנד, אַ פֿרומער ייִד, און אַ גרױסער אױטאָריטעט איבער עװאָלוציע. איך האָב אױך געשריבן אַנדערע אַרטיקלען, און אױך געהאָלפֿן מיטן רעדאַגירן. אַז „שש“ האָט מער נישט געקענט ממשיך זײַן, האָב איך מקײם געװען במקום שאין איש, און כ׳האָב עס גענומען אױף זיך.
עס איז װיכטיק צוצולײגן אַז עס איז נישט אַלעס נאָר מײַן קרעדיט. די הערלעכע אַרטיקלען זענען געשריבן געװאָרן דורך אַ רײ שרײַבער, און אַלע דאַרף מען באַזונדער אױסלױבן און באַגריסן. הינטער די קוליסן זענען געװען אַ גרופּע מיטאַרבעטער אין דער רעדאַקציע, װעלכע זענען מיר געשטאַנען צו דער האַנט, און געזען אַז מײַן װיזיע זאָל מאַטעריאַליזירט װערן. דעם גראַפֿיסט פֿונעם „װעקער“, אלקנה, זע איך װי אַ פֿולער שותּף אין דער אַרבעט, װײַל ער האָט אַהערגעשטעלט, װי איך זע עס, אַ שטיק קונסט. זײַן גראַפֿיק און אױסערגעװײנלעכער חוש אױסצושטעלן אַרטיקלען לױט דעם ענין מאַכט דעם „װעקער“ פֿאַר דעם הערלעכן פּראָדוקט װאָס ער איז.
איך האָב גענומען אױף זיך גענצלעך [אין גאַנצן] איבערצואַרבעטן דעם „װעקער“ מיט אַ דגש [טראָפּ] אױף אַרטיקלען פֿון הױכן קאַליבער און שטאַרקער הגהה [ד״ה, אַז זײ זאָלן זײַן גוט דורכגעקוקט פֿון אַ קאָרעקטאָר]. אַזױ אױך האָב איך מחליט געװען [באַשלאָסן] אַז דער „װעקער“ זאָל נאָר פּובליקירן נײַע אַרטיקלען, נישט אַזעלכע אַרטיקלען װאָס זענען שױן פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אױף „קאַװע־שטיבל“ — סײַדן ס’איז גענצלעך איבערגעאַרבעט מיט אַ פּנים־חדשות. װען מע מישט דעם נײַעם „װעקער“ זעט מען טאַקע אַ זשורנאַל אױף אַ קאַליבער װאָס איז בכלל נישטאָ אין דער ייִדישער װעלט, און גראַפֿירט העכסט פּראָפֿעסיאָנעל דורך אלקנה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.