אַזוי ווי כּמעט אַלע זשורנאַליסטן, שוין אָפּגערעדט פֿון דער גרויסער מערהייט אַמעריקאַנער, האָב איך ניט פֿאָרויסגעזען, אַז דאָנאַלד טראָמפּ וועט ווערן דער 45סטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט.
איך האָב אָבער ניט קיין סך חרטה דערפֿאַר, וואָס איך האָב מיט אַ יאָר צוריק טאַקע געשריבן אינעם „פֿאָרווערטס‟, אַז טראָמפּ וועט קיינמאָל נישט ווערן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, ווײַל אַזוי האָבן דעמאָלט געמיינט כּמעט אַלע פּראָפֿעסיאָנעלע פּאָליטישע אָבסערוואַטאָרן. אָבער אַ טעות איז פֿאָרט אַ טעות, און אַז אַ זשורנאַליסט באַגייט אַ טעות דאַרף ער צום ווייניקסטן עס אָנערקענען.
פֿאַר וואָס דערמאָן איך זיך אין דעם איצטער? במשך פֿון די לעצטע וואָכן האָב איך באַקומען בריוו פֿון לייענער פֿרעגנדיק פֿאַר וואָס איך האָב נאָך ניט געשריבן אין „פֿאָרווערטס‟ וועגן דער טראָמפּ־אַדמיניסטראַציע, בעת איך האַלט אין איין שרײַבן באַמערקוגנען און קריטיק אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟ וועגן איר? ס׳איז אַ גוטע פֿראַגע און איך האָב אויף אים אַ פּאָר ענטפֿערס.
קודם, האַלט איך אַז מײַן אומפֿעיִקייט אַפֿילו פֿאָרויסצוזען אין פֿעברואַר די מעגלעכקייט אַז טראָמפּ וועט זיגן אין די וואַלן אין נאָוועמבער ווײַזט בולט אָן, אַז מײַנע פּאָליטישע אַנאַליזן טרעפֿן ניט תּמיד אין פּינטל. ס׳איז דערפֿאַר בעסער איך זאָל איבערלאָזן דאָס טועה זײַן זיך וועגן פּאָליטיק פֿאַר די פּראָפֿעסיאָנעלע אָבסערוואַטאָרן, וואָס האָבן נאָך ווייניקער חרטה ווי איך ווען זייער נבֿיאות זאָגן איז אין גאַנצן אַ פֿאַלשע. דערצו האַלט איך אַז ס׳רובֿ לייענער ווערט פּשוט שוין נימאס פֿון הערן אַזוי פֿיל וועגן פּאָליטיק און אַז די וואָס לייענען דעם „פֿאָרווערטס‟ ווילן מסתּמא אויסמײַדן אויף עטלעכע מינוט די לעצטע ידיעות וועגן טראָמפּ.
אַפֿילו ווען איך וואָלט יאָ געמיינט, אַז ס׳איז כּדאַי איך זאָל עפּעס שרײַבן וועגן דעם איצטיקן פּאָליטישן מצבֿ, איז עס זייער שווער, ווײַל עס קומען פֿאָר יעדן טאָג אַזוי פֿיל אומדערוואַרטע און היסטאָרישע געשעענישן אַז ביז וואַנען איך זאָל פֿאַרענדיקן אַן אַנאַליז וועט ער מסתּמא שוין זײַן פֿאַרעלטערט. דאָס איז נאָך מער אַ פּראָבלעם פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, ווײַל אונדזער צײַטונג איז דאָך אַ חודש־שריפֿט אין אַ וועלט אין וועלכער אַפֿילו די טאָג־צײַטונגען זענען שוין אַלטע סחורה איידער זיי קומען אָן צום לייענערס שוועל.
וויל איך אָבער יאָ עפּעס צושטעלן די לייענער וואָס ס׳רובֿ פּראָפֿעסיאָנעלע פּאָליטישע מבֿינים קענען ניט: צונויפֿשטעלן אַ „ליסטיקל‟ פֿון ייִדישע לידער, וואָס עס איז ספּעציעל כּדאַי זיך צוצוהערן צו זיי אין אונדזער נײַער פּאָליטישער תּקופֿה. די ייִדיש־שפּראַכיקע לידער דערמאָנען אונדז אין יענע מענטשן, וואָס האָבן דורכגעלעבט אַ סך פֿינצטערערע צײַטן ווי די פֿון אונדזער עפּאָכע. פֿון זיי קען מען זיך אַ סך אָפּלערנען און, אויב נייטיק, אַ ביסל זיך דערמוטיקן.
מיר לעבן אין אַ צײַט ווען דער פּרעזידענט זאָגט ליגנס וועגן דער מעדיע, סטראַשעט די פֿעדעראַלע ריכטער, פּרובירט אָפּצומעקן די דעמאָקראַטישע נאָרמעס און לעשט אויס דעם פֿאַקל פֿון דער „פֿרײַהייטס־סטאַטוע‟ דורכן פֿאַרשליסן די גרענעצן צו די פּליטים. ס׳איז דערפֿאַר כּדאַי זיך צו דערמאָנען דורך אָט די לידער, אַז אונדזער פֿאָלק האָט דורכגעלעבט אַ סך ערגערע צײַטן, און מיר, באַנאַנד מיט דער אַמעריקאַנער דעמאָקראַטיע, וועלן די טראָמפּ־תּקופֿה אויך, אם־ירצה־השם, איבערלעבן.
1) „הוליעט הוליעט בייזע ווינטן‟ פֿון אַבֿרהם רייזען, (געזונגען פֿון דניאל קאַהן).
דניאל קאַהן האָט אַן אוניקאַלן חוש פֿאַרן נעמען אַלטע פּאָליטישע לידער אויף ייִדיש און זיי פֿאַרוואַנדלען אין הײַנטצײַטיקע ענגלישע לידער וואָס קלינגען כּמעט אַזוי מעכטיק ווי זיי זענען געווען אינעם ייִדישן אָריגינאַל מיט איבער הונדערט יאָר צוריק. ספּעצעיל כּדאי איז צו הערן זײַן נוסח פֿון אַבֿרהם רייזענס „הוליעט הוליעט בייזע ווינטן.‟ כאָטש רייזען האָט דאָס ליד לכתּחילה אָנגעשריבן וועגן די פּאָגראָמען אין מיזרח־אייראָפּע, שטימט עס מיטן איצטיקן צײַטגײַסט אין וועלכן אַ סך מענטשן פֿילן אין די קישקעס, אַז עס קומען באַלד אָן בייזע צײַטן.
דאָס גאָר פֿינצטערע ליד ענדיקט זיך אָבער מיט אַ ביסל האָפֿענונג: די שורה, וואָס איז לכתּחילה „לאַנג וועט דויערן דער ווינטער, זומער איז נאָך ווײַט‟ ווערט בײַם סוף „לאַנג וועט דויערן נישט דער ווינטער, זומער איז נישט ווײַט.‟ הייסט עס, אַז רייזען האָט געגלייבט, אַז די פּאָליטישע סיטואַציע וועט זיך אַמאָל פֿאַרבעסערן, אַפֿילו אויב דאָס וועט פֿאָרקומען בלויז נאָך דעם, וואָס דער מצבֿ פֿאַרערגערט זיך.
2) „גייען זיי אין די שוואַרצע רייען‟ פֿון מאַני לייב (געזונגען פֿון שׂרה גאָרבי).
בעת אַ קאָנצערט פֿון חורבן־לידער אין פּאַריז האָט שׂרה גאָרבי פֿאָרגעשטעלט דעם דאָזיקן אומפֿאַרגעסלעכן נוסח פֿון מאַני לייבס „גייען זיי אין די שוואַרצע רייען‟, אַ ליד וואָס גיט איבער די יסורים פֿון פּליטים וואָס אַנטלויפֿן פֿון אַ מלחמה.
כאָטש „גייען זיי אין די שוואַרצע רייען‟ איז הײַנט געזונגען אויף פּראָגראַמען לזכר די זעקס מיליאָן, האָט מאַני לייב עס אָנגעשריבן דווקא אין די 1920ער יאָרן, אויב ניט נאָך פֿריִער. עס קען גרינג געמאָלט זײַן, אַז ער האָט דאָס ליד אָדער בפֿירוש געשריבן וועגן ייִדן אין די פּאָגראָם־יאָרן, אָדער וועגן פּליטים בכלל. ווי עס זאָל ניט זײַן, הערט מען אינעם ליד אַ שטאַרקן אָפּקלאַנג פֿון אונדזער הײַנטיקער וועלט, ווען מיליאָנען פּליטים פּרובירן צו פֿאַרלאָזן זייערע צעשמעטערטע היימען אין סיריע.
3) „באַריקאַדן‟ פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי (פֿאָרגעשטעלט דורך די „קלעזמאַטיקס‟, חנה קופּער, דזשאָען באָרץ און אַ כאָר).
כאָטש די ליבעראַלע און לינקע אַמעריקאַנער ייִדן דעבאַטירן, צי מע זאָל אָנשלאָגן די נעאָ־נאַציס פֿונעם „אַלט־רײַט‟ ווי ריטשערד ספּענסער, האָבן די פּוילישע ייִדן ניט אַפֿילו געהאַט דעם לוקסוס אַרומצורעדן דעם ענין. אַז מע האָט געדאַרפֿט זיך גיין שלאָגן אין די גאַסן, האָט מען זיך געשלאָגן אין די גאַסן.
שמערקע קאַטשערגינסקי האָט געכאַפּט די דאָזיקע ווירקלעכקייט אין זײַן ליד „באַריקאַדן‟, וואָס ער האָט אָנגעשריבן בעתן שמאַכטן אין טורמע צוליב זײַן פּאָליטישן אַקטיוויזם. אינעם ליד העלפֿט אַ מיידל חנהלע, אין איינעם מיט אירע ייִנגערע שוועסטער און ברידער, צו בויען אַ באַריקאַדע אין מיטן פֿון דער גאַס פֿאַר זייער הויז בעת זייער פֿאָטער איז „מיט זײַן ביקס פֿאַרנומען‟. אַז די פּאָליציי לויפֿט פֿאַרבײַ שטייען די קינדער אויפֿן דאַך און וואַרפֿן אויף זיי שטיינער.
איך זאָג ניט, חלילה, אַז מע זאָל עמעצן אָנפֿאַלן, נאָר ס׳איז כּדאי אויך ניט צו פֿאַרגעסן, אַז אונדזערע אָבֿות אין אייראָפּע האָבן זיך דאָך נישט געשפּילט.
4) „אַרבעטער־פֿרויען‟ פֿון דוד איידלשטאַדט (פֿאָרגעשטעלט דורך „דניאל קאַהן און דער באַמאָלטער פֿויגל‟ און שׂרה־מינע גאָרדאָן מיט לאָרין סקלאַמבערג, סאַשע לוריא, סוועטאַ קונדיש און פּאַטריק פֿעריל).
בײַם צוהערן זיך צו די לידער פֿון דוד איידלשטאַדט (1866־1892) איז עס אַמאָל אוממעגלעך צו גלייבן אַז ער איז טאַקע געשטאָרבן מיט 125 יאָר צוריק, פֿאַר דער מאָדערנער אַרבעטער־באַוועגונג און אַפֿילו פֿאַרן אויפֿקום פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּרעסע, אַרײַנגערעכנט דעם „פֿאָרווערטס‟. זײַנע לידער קלינגען ווײַט ניט ווי קיין הײַנטצײַטיקע אָבער אויך ניט ווי קיין לידער פֿון זייער אייגענער צײַט — די 1880ער אָדער 1890ער יאָרן. אין זיי הערט מען אַ פֿאָרגעפֿיל פֿון די פּאָפּולערע באַגריפֿן פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן.
ניט געקוקט אויף דעם וואָס „אַרבעטער פֿרויען‟ איז אַ ביסל פֿאַרעלטערט (דער רויטער באַנער פֿון פֿרײַהײַט, למשל) קען עס נאָך אָנרירן דאָס האַרץ. דאָס ליד האָט ווידער פּאָפּולאַריזירט חנה קופּער ז׳׳ל און ווערט דאָ ווידער באַלעבט אויף ייִדיש און ענגליש דורך דניאל קאַהן און חנהס טאָכטער, שׂרה־מינע גאָרדאָן.
דער דאָזיקער נײַער נוסח איז ברייט פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין די פֿריִערדיקע טעג פֿון דער טראָמפּ־אַדמינסטראַציע, ווען מיליאָנען מענטשן האָבן אָנגעפֿילט די גאַסן כּדי אָנטיילצונעמען אין די ריזיקע פֿרויען־דעמאָנסטראַציעס.
5) „אַלע מענטשן זײַנען ברידער‟ פֿון י. ל. פּרץ (פֿאָרגעשטעלט דורכן „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן כאָר‟).
מיט דער אָנגייענדיקער נאָרמאַליזירונג פֿון ראַסיזם אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט איז עס דווקא אַ פּאַסיקע צײַט צו דערמאָנען דעם פֿאַקט, אַז די ייִדישע ליטעראַטור פֿאַרמאָגט אַ סך אַנטי־ראַסיסטישע לידער. ספּעציעל רירנדיק (און פּאָליטיש־ראַדיקאַל פֿאַר זײַן צײַט) איז י. ל. פּרצס ייִדישער נוסח (קיין איבערזעצונג איז ער זיכער נישט) פֿון פֿרידריך שילערס An die Freude. מיט אַזעלכע פֿערזן ווי „ווײַסע, ברוינע, שוואַרצע, געלע/ מישט די פֿאַרבן אויס צוזאַמען/ אַלע מענטשן זײַנען ברידער/ פֿון איין טאַטן פֿון איין מאַמען‟ און „פֿעלקער, ראַסן, און קלימאַטן — ס׳איז אַן אויסגעקלערטע מעשׂה‟ שטעלט עס צו אַ וויזיע פֿון דער וועלט וואָס איז זייער אַנדערש פֿון סטיוו באַנאָנס וויזיע פֿאַר אַמעריקע.
6) „אַמעריקע די פּרעכטיקע‟ (ענגלישער אָריגינאַל: קאַטערין לי בייטס, ייִדיש פֿון בערל לאַפּין, פֿאָרגעשטעלט דורכן „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן כאָר‟).
אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן מיט וועמען איך רעד די טעג פֿילן זיך אָפּגעפֿרעמדט פֿון זייער אייגן לאַנד. געוויסע האָבן דעם חשד, אַז צוליב דעם וואָס עס האָבן זיך ראַדיקאַל געביטן די ווערטן פֿונעם פּרעזידענט אינעם ווײַסן הויז, האָבן זיך די ווערטן פֿונעם לאַנד אויך ראַדיקאַל געביטן.
אין דער אמתן האָט אַמעריקע פֿונעם סאַמע־אָנהייב אָן געהאַט גאָר היפּוכדיקע ווערטן. דאָס לאַנד וואָס האָט אָנגעהויבן דעם עקספּערימענט מיט דער מאָדערנער דעמאָקראַטיע איז אויך געווען דאָס לאַנד וואָס האָט פֿאַרמאָגט מער שקלאַפֿן ווי אַלע אַנדערע לענדער אין דער וועלט־געשיכטע. דאָס לאַנד וואָס איז אינעם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געווען בײַ ייִדן אַ סימבאָל פֿון פֿרײַהייט האָט אויך פֿאַר זיי פֿאַרשלאָסן די טויערן פּונקט ווען די אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן געדאַרפֿט אַ מקום־מיקלט. און אַוודאי איז דאָס לאַנד וואָס האָט דערוויילט אַ שוואַרצן פּרעזידענט אין 2008 און 2012 אויך דאָס זעלביקע לאַנד, וואָס האָט אַרײַנגעשטעלט צום ערשטן מאָל אין עטלעכע דורות אַן עפֿנטלעכן ראַסיסט אינעם ווײַסן הויז. אַמעריקע איז שטענדיק געווען אַ לאַנד פֿון היפּוכדיקע טענדענצן און קיין איין גרופּע אָדער אידעאָלאָגישע שיטה האָט ניט קיין מאָנאָפּאָל איבער איר.
דעם מצבֿ ווערט אויך אָפּגעשפּיגלט אין די באַקאַנטסטע פּאַטריאָטישע לידער. פֿראַנציס סקאָט קיס The Star Spangled Banner, אַ גאַנץ דזשינגאָיִסטיש און בייז־וויליק ליד האָט יאָרן־לאַנג קאָנקורירט מיט „אַמעריקע די פּרעכטיקע‟ פֿאַרן טיטל פֿונעם „נאַציאָנאַלן הימען‟. צום באַדויערן האָט מען בעת די הוּווער־אַדמינסטראַציע דערוויילט קיס ליד און ניט קאַטערין לי בייטס „אַמעריקע די פּרעכטיקע‟ ווי עס האָט געוואָלט פֿרענקלין רוזוועלט און ס׳רובֿ ליבעראַלן. דאָס ליד, וואָס רעפּרעזענטירט בײַ מיר אַמעריקעס בעסערע און מער פֿרידלעכע ווערטן, איז אויך כּדאַי צו הערן אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון בערל לאַפּין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.