(די 2 טע זײַט פֿון 2)
זאָגט ער מיר, די יונגוואַרג איז נישט פֿאַראינטערעסירט, סײַ דאָ אין אַמעריקע און סײַ דאָרט אין מדינת־ישראל, ס׳איז אַ נײַע וועלט, מ׳איז שוין מיד פֿון דעם „האָלאָקאָסט‟, מיר מוזן זיך באַפֿרײַען פֿון יענער שרעקלעכער צײַט. זאָג איך אים אַז יענע ייִדן, וואָס ווילן פֿאַרגעסן זייער פֿאַרגאַנגענהייט, וועלן נישט פֿאַרשטיין זייער צוקונפֿט. זאָגט ער מיר, די יזכּורס זײַנען פֿאַר די געראַטעוועטע, ווי נאָר זיי ווערן ניפֿטר, אַזוי גייט מיט זיי אַוועק יענע ייִדישע געשיכטע פֿון אונדזער העלדישקייט און גרויל.
איך בין געקומען צום אויספֿיר אַז דאָ אין לאַנד פֿאַרשווײַגט מען סײַ אין די געשיכטע־ביכער און סײַ די אַלערלײַ דערציונגס אַנשטאַלטן — בײַ די פֿרומע ווי אויך בײַ די וועלטלעכע ־ צו לערנען די געשיכטע פֿון די אימיגראַנטן, ווען זיי זײַנען און וואָס זײַנען זיי אויסגעשטאַנען.
מיר לעבן אין אַ צײַט ווען מ׳לייגט אײַן וועלטן אַרײַנצולאָזן אין דער גאָלדענער מדינה, אַנטלאָפֿענע פֿון אַ „גענאָציד” אין די אַראַבישע לענדער, שטעלט מען זיי הײַנט אָפּ בײַ דער גרענעץ און מ’פֿאַרווערט זיי איבערצוטרעטן די שוועל פֿון דער „פֿרײַער” אַמעריקע.
לאָמיך אײַך עפּעס זאָגן אַז מיר, די שארית הפּליטה, די געראַטעוועטע פֿון חורבן היטלער און סטאַלין, האָט מען אויך געמוזט אײַנשטיין אין די די־פּי לאַגערן אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך, פֿראַנקרײַך און איטאַליע, צוליב דעם אַנטיסעמיטיזם אין אַמאָליקן „סטייט־דעפּאַרטמענט,” די שונאי־ישראל אין די רעגירונגס־קאַבינעטן אין אַמעריקע און איבערן לאַנד, אַזוי אַז פֿאַר מיר איז דאָס נישט קיין נײַעס.
ווען מ׳רעדט הײַנט אין דער טראָמפּ־רעגירונג וועגן אונדזער חורבן דערמאָנט מען שוין אפֿילו נישט אונדזער חורבן, פֿון די זעקס מיליאָן, מ׳מישט אונדז שוין אויס מיט אַלע קרבנות, כאָטש מיטן וואָרט „האָלאָקאָסט” רעדט זיך בלויז וועגן די זעקס מיליאָן ייִדן. צו האָבן אויפֿסנײַ אויפֿגעהויבן די אַנטיסעמיטישע מאָרדע אין טראַמפּ קאַבינעט, פֿון אַ שונא ישראל ווי בענאָן דעם ראַסיסט און אַנטיסעמיט, ציטערט אויף די הויט אויפֿן לײַב.
דערצו, זעט מען בעשײַנפּערלעך אַז די וועלט בײַט זיך נישט, עס בײַטן זיך בלויז די שפּילער.
מ׳לעבט הײַנט אין אַ ווילדער מדינה, אין די צײַטן פֿון ווילדן־מערבֿ, מ’שיסט, מ’ראַבעוועט, מ’פֿאַרקויפֿט געווער ווי אויף אַ ליציטאַציע, נישט געהערט געוואָרן הײַנט צו טאָג אין אייראָפּעיִשע, ציוויליזירטע לענדער. און איך האַלט אין איין שרײַען, זינט דעם בירגער־קריג מיט 150 יאָר צוריק אין אַמעריקע, האָט קיין פֿרעמדער שׂונא נישט באַפֿאַלן אַמעריקעס טעריטאָריע, אַ חוץ 9/11, איז אַנשטאָט אַ פֿרעמדן שונא, האָבן מיר זיך פֿאַרוואַנדלט אין אייגענע שׂונאים, מיט אַ שטאַרקן געווער־לאַבי וואָס זינגט:
„קינדערלעך! מאַכט זיך אַן אייגענע מלחמה,” וועט איר וויסן פֿון אַ לעבן. דער מענטש איז פֿאַרכליניעט פֿון מאָרד. אונדזער חורבן איז בלויז געווען אַן אינסטינקט פֿון אַ העכסט דערצויגן און קולטיווירט פֿאָלק, גרייט צו דינען אַ יעדן טיראַנישן רוצח, אַ יעדן דעמאַגאָג, דעקאַדענט ווי שיקלגרובער (היטלער) וואָס זאָגט צו גאָלדענע גליקן אויפֿן חשבון פֿון יענעמס צער.
ס׳זעט אויס אַז אַמעריקע און די וועלט האָבן אַ קורצן זכּרון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.