מ׳איז שוין „מיד‟ פֿון הערן װעגן דעם „האָלאָקאָסט‟...

They're "Tired" of Hearing About the Holocaust

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published February 12, 2017, issue of February 23, 2017.

די טעג איז פֿאָרגעקומען דער אינטערנאַציאָנאַלער טאָג צו געדענקען דעם חורבן, בין איך אַוועק הערן וואָס ס׳טוט זיך צווישן אַן עולם שארית־הפּליטה, געראַטעוועטע פֿונעם חורבן.

און וואָס זע איך? טאַקע אַ זאַל מיט עלטערע מענטשן, אייניקע מיט שטעקענעס, אַנדערע מיט באַוועג־רעדלעך, און נאָך אַנדערע אין רעדל־שטולן. אַלע געליטענע, אַלע פֿאַרטרויערטע, אַלע אָנגעוווירן זייערע נאָענטע קרובֿים, היימען, דערציונג, וווין־ערטער, חבֿרים, גאַנצע וועלטן.

אַ הויכער ייִד, אַ געראַטעוועטער פֿון וואַרשעווער געטאָ האָט דערציילט פֿאַרן עולם פֿאַרזאַמלטע זײַן דערנער־וועג דורך קרעמאַטאָריעס און טויט־לאַגערן, מאַרשרוטן אין שניי און אין קעלט באַגלייט פֿון הינט און נאַצי־באַיאָנעטן, און אַלץ אין איינעם איז ער דעמאָלט אַלט געווען פֿערצן יאָר. דער עולם האָט געכליפּעט.

דער חזן האָט געמאַכט אַן אל מלא רחמים, געזאָגט קדיש און עס האָט זיך באַוויזן אויפֿן עקראַן אַ פֿילם פֿון אלי וויזעל.

עלי וויזעל איז באַקאַנט נישט נאָר פֿאַר זײַנע שריפֿטן, דער עיקר — זײַן בוך „נאַכט,” נישט נאָר פֿאַר זײַן נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר שלום;. ער איז אָנערקענט ווי דער פֿאַרטרעטער און וואָרטזאָגער פֿון אונדזער חורבן. פֿאַר זײַן פּטירה איז ער געװען ממש דער רעפּרעזענטאַנט פֿון ייִדישן פֿאָלק בײַ דער וועלט, צווישן די פּרעזידענטן און וועלט־באַרימטע פּערזענלעכקייטן. דער עיקר, ער האָט אונדז רעפּרעזענטירט אין נאָמען פֿון אונדזער טראַגעדיע.

אויפֿן פֿילם זעט מען וויזעלן אין באָסטאָנער אוניווערסיטעט, וווּ ער איז געווען אַ פּראָפֿעסאָר, אַרומגערינגלט מיט יונגוואַרג וואָס שטעלן אים פֿראַגעס וועגן דעם חורבן און ער דערציילט וועגן זײַן לעבן און דער פֿאַרניכטונג פֿון די זעקס מיליאָן ייִדן.

קוק איך זיך צו, צוויי בילדער: דאָ, אינעם זאַל טיילט מען זיך מיטן אומגליק מיט די געליטענע וואָס מ’דאַרף נישט פֿאַר זיי דרשענען וועגן דעם חורבן, זיי טראָגן דעם חורבן אויף די אייגענע פּלייצעס. אויפֿן עקראַן זעט מען יונגוואַרג, פֿאַראינטערעסירטע, נישט פֿאַרינטערעסירטע, דער עיקר אלי וויזעל, דער נאָבעל־פּרעמירטער שרײַבער, פֿאַר דער יונגוואַרג אַ גרויסער כּבוד, אין זאַל — די געליטענע, קיין איין יונגער מענטש אין זאַל. אַ פּנים ווילן זיי נישט הערן. וועמען גייט עס אָן? אָט דאָס איז דער הײַנטיקער צוגאַנג צום חורבן.

פֿרעג איך בײַם אַלטן חזן, וועלכער האָט פֿופֿציק יאָר אָפּגעלעבט אין מדינת־ישראל, מה נאמר ומה נדבר, רייד זײַנען איבעריק, וואָס איז די קונץ צו דרשענען צו די געליטענע אָן אַ שוואַרצן אָדער בלאָנדן קאָפּ האָר אין זאַל?