קאָנפֿערענץ אַנטפּלעקט פֿילפֿאַרביקע געשיכטע פֿון ייִדן אין אינדיע

Conference Reveals Distinctive History of Jews in India

אַ פּאַנעל אויף דער טעמע „היימלאַנד, מיגראַציע און גלות‟. רעכטס: ד״ר מרגית פֿראַנץ
מלך ווישוואַנאַט
אַ פּאַנעל אויף דער טעמע „היימלאַנד, מיגראַציע און גלות‟. רעכטס: ד״ר מרגית פֿראַנץ

פֿון מלך ווישוואַנאַט

Published February 15, 2017, issue of February 23, 2017.

אין ניו־דעלי, אינדיע, איז דעם 6־7טן פֿעברואַר פֿאָרגעקומען אַ פֿאַרכאַפּנדיקע קאָנפֿערענץ וועגן אינדישע ייִדן א״ט „שירי הודו“ („לידער פֿון אינדיע“), מיטן אונטערטיטל „הודו און די ייִדן“. דער נאָמען „הודו“ פֿאַררופֿט זיך דאָ אויף אינדיע.

די קאָנפֿערענץ איז געווען אַ וויכטיקע דערגרייכונג ווײַל דאָרט האָט מען זיך געקאָנט באַקענען מיט אַ נײַעם דור פֿאָרשער פֿון אינדאָ־ייִדישע שטודיעס, ווי אויך נײַע אויספֿאָרשונגען פֿון אַלטע דאָקומענטן און נײַע טעקסטן. דערבײַ האָט מען געקענט זען, אַז מע הייבט זיך שוין אָן צו דערווײַטערן פֿון דער ביז־איצטיקער טענדענץ אין דעם תּחום אָנצונעמען לעגענדעס פֿאַר היסטאָרישע פֿאַקטן.

שלוה וייל (ווײַל), פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, האָט באַמערקט אַז נאָך עטלעכע יאָרצענדליקער באַטראַכט מען שוין מער נישט די אינדיש־ייִדישע קהילה ווי סתּם „עקזאָטיש“. צום באַדויערן דרוקט מען אָבער ווײַטער אין פּאָפּולערע אַמעריקאַנער ייִדישע זשורנאַלן אומפּינקטלעכע רעפּאָרטאַזשן וועגן די אינדישע ייִדן. לאָמיר האָפֿן, אַז די נײַע פֿאָרשאַרבעטן וועלן דערפֿירן צון אַ נײַעם דרך וואָס וועט אויפֿהערן צו ראָמאַנטיזירן די ייִדישע קהילה אין אינדיע.

אַ צווייטער פּאַנעל, „אויפֿהיטן די ייִדישע קולטור־ירושה אין אינדיע‟. רעכטס: יעל סילימאַן. דריטער פֿון רעכטס: מ. וו. בידזשולאַל
מלך ווישוואַנאַט
אַ צווייטער פּאַנעל, „אויפֿהיטן די ייִדישע קולטור־ירושה אין אינדיע‟. רעכטס: יעל סילימאַן. דריטער פֿון רעכטס: מ. וו. בידזשולאַל

איינער פֿון די נײַע יונגע אַקאַדעמיקער אויף דער קאָנפֿערענץ — נאַווראַס דזשאַאַט אַאַפֿרידי, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע אינעם פּרעסטיזשיקן פּרעזידענסי־אוניווערסיטעט אין קאָלקאַטאַ — אַרבעט שוין מער ווי אַ יאָרצענדליק אויף אינדישע און מוסולמענישע באַציִונגען צו די ייִדן, און פּרוּווט אומפֿאַרמאַטערלעך צו שאַפֿן דאָס פֿעלד פֿון ייִדישע און חורבן־שטודיעס אין אינדישע אוניווערסיטעטן. נישט קיין גרינגע עובֿדא, אַז מע נעמט אין אַכט דעם היסטאָרישן פֿאָראורטל מצד אינדישע פֿאָרשערס צו די אַראַבער, ווי אויך די אָפֿענע פֿײַנטלעכקייט (אַרײַנגערעכנט די חורבן־לייקענונג) מצד אַ גרויסן חלק פֿון דער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג צו ייִדן און ישׂראלים, ווי אַ בײַפּראָדוקט פֿונעם פּאַלעסטינער ענין. די שוועריקייטן אין אַאַפֿרידיס אַרבעט האָט זיך בולט אָנגעוויזן, למשל, ווען ער האָט געשריבן אַן אַרטיקל אין אַ צײַטונג פֿון דער צפֿון־אינדישער שטאָט לוקנאָוו (The Lucknow Tribune, דעם 15טן דעצ׳ 2012) א״ט „ייִדן אין לוקנאָוו: מלווים און דער זייגער־מאַכער“ האָט דער רעדאַקטאָר צום אַרטיקל צוגעגעבן אַ קלאַסישע אַנטיסעמיטישע אילוסטראַציע פֿון אַ ייִד מיט אַן אָדלערנאָז!

פּראָפֿ׳ מנשה ענזי פֿון בן־גוריון־אוניווערסיטעט פֿאָרשט דעם צושטײַער פֿון תּימנער רבנים פֿונעם 18טן ביזן 20סטן יאָרהונדערט ווי אַ בריק צווישן רבנישן ייִדישקייט און אינדיש־ייִדישע קהילות, וואָס זענען דעמאָלט געווען גאַנץ איזאָלירט פֿון געשעענישן אין דער גרעסערער ייִדישער וועלט.