(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דעם אמת געזאָגט, וועט מען זעלטן געפֿינען אַ ייִדיש ליד געזונגען מיטן געוויינטלעכן צוגאַנג אויף אַ „קלעזמאַטיקס”־קאָמפּאַקטל און דאָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גרויסן אונטערשייד צווישן זיי און אַנדערע קלעזמער־גרופּעס. דערצו שאַפֿט די גרופּע סײַ נײַע מעלאָדיעס צו דער ייִדישער פּאָעזיע, סײַ נײַע קלעזמערישע שטיקלעך. פֿרענק לאָנדאָן האָט קאָמפּאַנירט מוזיקאַלישע באַגלייטונג צו ה. לייוויקס ליד „די נאַכט”— נאָך אַ משל פֿון לייוויקס באַקלאָגן זיך אויפֿן אייגענעם גורל;
ס׳איז פּוסט מײַן טאָרבע
מײַן האַרץ איז לער,
און ביידע — איבעריק
און ביידע — שווער.
די גרופּע האָט אויך אַרײַנגענומען זישע לאַנדויס מעלאַנכאָליש ליד „ווער פֿירט די אַלע שיפֿן”, מוזיק פֿון חווה אַלבערשטיין, וואָס איז לעצטנס פּאָפּולער געוואָרן.
דאָס טאַנצליד „קערמעשל אין אָדעס” האָט מען געפֿונען אין דער זאַמלונג פֿון דער פֿאָלקלאָריסטקע רות רובין אינעם ייִוואָ קלאַנגאַרכיוו, וווּ סקלאַמבערג איז דער אַרכיוויסט. בײַ יעדן קלעזמאַטיקס קאָנצערט קען מען זיך ריכטן, אַז דער עולם וועט זיך צעהוליען און טאַנצן. די אַראַנזשירונגען צו די לידער האָבן דאָס אין זינען, און דאָס הערט מען אין דעם ליד.
נאָך אַ שאַפֿונג מיט אַ גיכן ריטעם איז דאָס ליד „אַפּיקורסים” וואָס ס׳האָט געשריבן דער ייִדיש־לערער און פֿאָרשער יורי וועדעניאַפּין; די מוזיק האַט געשאַפֿן פֿרענק לאָנדאָן, נאַשנדיק פֿון טראַדיציאָנעלע מעלאָדיעס. דער רעפֿרען איז:
וווּ לוסטיקע אַפּיקורסים טאַנצן אין אַ ראָד
לוסטיקע אַפּיקורסים טראַכטן נישט פֿון גאָט
לוסטיקע אַפּיקורסים נעמען זיך אַרום,
לוסטיקע אַפּיקורסים זינגען מיט אַ ברום.
וועדעניאַפּין האָט אויפֿן קאָמפּאַקטל אויך איבערגעזעצט פֿון קאַטאָלאָניש דאָס ליד „דער יאָך”; אַ ליד וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1968 אַרויסצוּווײַזן ווידערשטאַנד צום שפּאַנישן דיקטאַטור פֿראַנקאָ. די גרופּע האָט שוין געזונגען לידער וועגן רייכערן מאַריכואַנע און „גיי”־ליבע; פּאַסן זיך די ווערטער פֿון „אַפּיקורסים” און „דער יאָך” זייער גוט צום שם פֿון די „קלעזמאַטיקס” ווי די סאַמע ראַדיקאַלסטע קאַפּעליע.
דער ליבהאָבער פֿון דער קלעזמער־מוזיק קען באַלד דערקענען דעם „קלעזמאַטיקס”־קלאַנג. דער גרופּעס נײַסטע קאָמפּאַקטל „אַפּיקורסים” גייט ווײַטער אָן אין דער 30־יאָריקער טראַדיציע און די ייִדישע קולטורוועלט קען זיך פֿרייען מיט דער איצטיקער רעקאָרדירונג וואָס איז אָנגעפּיקעוועט מיט אָריגינעלקייט און מײַסטערשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.