ליבע װי אַ טעמע און אַ פּראָבלעם אין ייִדישער ליטעראַטור

Love as a Theme and a Problem in Jewish Literature

נעמי זײַדמאַן און איר נײַע בוך „מעשׂה התונה: װי ייִדן האָבן זיך פֿאַרליבט אין ליבע און ליטעראַטור”
נעמי זײַדמאַן און איר נײַע בוך „מעשׂה התונה: װי ייִדן האָבן זיך פֿאַרליבט אין ליבע און ליטעראַטור”

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published February 19, 2017, issue of February 23, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

מיט פֿינף יאָר שפּעטער האָט דעם דאָזיקן טעזיס איבערגעדרײט ש. אַנ־סקי אין זײַן אַרטיקל װעגן ייִדישער פֿאָלקס־שאַפֿונג, װוּ ער האָט געטענהט, אַז די ייִדישע פֿאָלק־טראַדיציע לױבט אַנדערע, מער מאָרלישע און הומאַניטאַרישע, װערטן אײדער די קריסטלעכע, און דערפֿאַר שטײען ייִדן אױף אַ העכערער שטופֿע פֿון ציװיליזאַציע אײדער די מער פּרימיטיװע אומות־העולם. אָפּקלאַנגען פֿון װײַנינגערס און אַנ־סקיס השׂגות הערט מען אין די פּאָסט־מאָדערנע טעאָריעס פֿון ייִדישער „קװירקײט”, בפֿרט בײַ פּראָפֿעסאָר דניאל באָיאַרין, װאָס װערן ציטירט אין פּראָפֿעסאָר זײַדמאַנס בוך. אירע פּירושים אױף די װערק פֿון ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור זײַנען ממש שאַרפֿזיניק און באַלערעװדיק. זײ אַנטפּלעקן טיף־פֿאַרבאַהאַנלטענע דאגות מכּוח יענע זיבן זאַכן הינטער דער אײבערפֿלאַך פֿון באַשײדענעם צניעות אין די װערק פֿון דער ייִדישער קלאַסיק. אָבער זײַדמאַנס פֿאָרשונג לאָזט דעם לײענער איבער מיט צװײ קשיות, װאָס בלײַבן כּמעט װי ניט באַרירט.

ערשטנס, פֿאַרװאָס האָט זי אָפּגעקליבן דװקא די װערק און ניט דערמאָנט אַנדערע, װוּ די טעמעס פֿון ליבע און משפּחה־באַציִונגען זײַנען אַזױ בולט? מען קאָן אָנהײבן מיט ישׂראל אָקסנפֿעלדס פּיעסע „דער ערשטער ייִדישער רעקרוט” פֿון די סוף־1820ער יאָרן, װוּ דער ענין פֿון פֿרײַהײט אין ליבע װערט צום ערשטן מאָל באַהאַנדלט אין דער ייִדישער ליטעראַטור, און ממשיך זײַן מיט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדנס „צװײ קוני־לעמלס”. אָבער נאָך בולטער איז איר נישט האָבן דערמאָנט דוד בערגלסאָנס „נאָך אַלעמען”, בלי־ספֿק דער סאַמע װיכטיקסטער ייִדישער מאָדערניסטישער ראָמאַן װעגן דער סעקסועלקײט! שלום אַשס „גאָט פֿון נקמה” װערט יאָ באַהאַנדלט גאַנץ װאָגיק און פּרטימדיק, אָבער זײַנע גאָר װיכטיקע ראָמאַנען, קודם־כּל „אָנקל מאָזעס”, „פּעטערבורג” און „איסט ריװער” װערן ניט דערמאָנט.

אַװדאי קאָן מען אױף דעם ענטפֿערן, אַז מען קאָן ניט אַרומנעמען אַלץ, און מען דאַרף במילא שטעלן גרענעצן. זײַדמאַנס אָפּקלײַב שפּיגלט טאַקע אָפּ די אָפּטימיסטישע טענדענץ פֿון איר פֿאָרשונג. ייִדן האָבן מנצח געװען און דורכגעשטופּט זײער מין סעקסואַליטעט אינעם הױפּטשטראָם פֿון דער מערבֿדיקער קולטור! אָבער װאָלט מען גענומען אין באַטראַכט אַנדערע טעקסטן, װאָלט אפֿשר דאָס בילד געװען ניט אַזױ פֿױגלדיק. די טראַגעדיע פֿון ליבע הײבט זיך אָן מיט יעקבֿ דינעזאָנס ראָמאַן „דער שװאַרצער יונגערמאַנטשיק”, די סאַמע פּאָפּולערע לעקטור בײַ ייִדישע דינסטמױדן סוף 19טן יאָרהונדערט. בערגלסאָנס מירעלע הורװיץ האָט פֿאַרלױרן איר קאַמף קעגן דער משפּחה; אָנקל מאָזעס – אַן אַמעריקאַנער גילגול פֿון טבֿיה – איז אױך פֿאַרבליבן מיט גאָרנישט אױ‘ דער עלטער. די ייִנגערע העלדן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור אין די ראָמאַנען פֿון דוד איגנאַטאָװ, יוסף אָפּאַטאָשו און ברוך גלאַזמאַן גײען כּסדר לאיבוד אױף די סאַמע ראַנדן פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט.

און דאָס פֿירט צו דער צװײטער קשיא: װאָס טוט מען מיט דער גאַנצער אַמעריקאַנטער ייִדישער ליטעראַטור? די רײַכע און װיכטיקע תּקופֿה איז אַזױ װי נעלם געװאָרן. מען שװימט װידער אַרױף אין די אָפּטימיסטישע 1960ער יאָרן, װען ייִדישע שטימען האָבן זיך גענומען קלינגען מונטער און הילכיק אױף ענגליש. עס דאַכט זיך, אַז דאָ שטעקט אַ גרעסערע פּראָבלעם פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג. יעדער פֿאָרשער אָפּערירט מיט אַן אײגענעם „קאַנאָן” און באַנוצט זיך מיט אַן אײגענעם טעאָרעטיש־קריטישן אַפּאַראַט. און אַזױ אַרום פֿאַרלירט די ייִדישע ליטעראַטור איר אײגענעם קולטורעל־היסטאָרישן ייִחוס.