ליבע װי אַ טעמע און אַ פּראָבלעם אין ייִדישער ליטעראַטור

Love as a Theme and a Problem in Jewish Literature

נעמי זײַדמאַן און איר נײַע בוך „מעשׂה התונה: װי ייִדן האָבן זיך פֿאַרליבט אין ליבע און ליטעראַטור”
נעמי זײַדמאַן און איר נײַע בוך „מעשׂה התונה: װי ייִדן האָבן זיך פֿאַרליבט אין ליבע און ליטעראַטור”

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published February 19, 2017, issue of February 23, 2017.

אַ װיכטיקער פּונקט אױף דעם משׂכּילישן סדר־היום איז געװען די רעפֿאָרמען פֿון דער ייִדישער משפּחה לױטן אײראָפּעיִשן שטײגער. זײ האָבן געהאַלטן, אַז דער מאַן דאַרף התנוה האָבן ערשט װען ער איז גרײט צו שטיצן זײַן משפּחה מאַטעריעל, און די פֿרױ דאַרף זיך אָפּגעבן מיטן אױפֿהאָדעװען קינדער און פֿירן די בעל־הבתּושקײט. טראַדיציאָנעל אָבער האָבן זיך די אַשכּנזישע ייִדן ניט צוגעפּאַסט צו אַזאַ מין אײראָפּעיִשער „נאָרמע”. די מענער זײַנען געזעסן גאַנצענע טעג אין בית־מדרש און האָבן זיך געלערנט, בעת די װײַבער האָבן געהאַנדלט אױפֿן מאַרק און געהאָדעװעט קינדער. אַזױ אַרום זײַנען די ייִדישע מענער ניט געװען גענוג „מאַנצפּליש” און די פֿרױען ניט גענוג „װײַבערלעך”.

מאָדערנע ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטן האָבן שטאַרק קריטיקירט דעם אַלטפֿרענקישן ייִדישן שטײגער, בפֿרט אַזעלכע מנהגים פֿון שידוך, קעסט און חתונות צװישן יונגע בחורים און מײדלעך. דער דאָזיקער טעמע איז געװידמעט דאָס נײַע בוך „מעשׂה התונה: װי ייִדן האָבן זיך פֿאַרליבט אין ליבע און ליטעראַטור” פֿון נעמי זײַדמאַן, דער פּראָפֿעסאָרין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם „גראַדויִר־טעאָלאָגישן סעמינאַר” אין בערקלי. זי טענהט, אַז ניט געקוקט אױף דער שאַרפֿער קריטיק פֿון דער אױסטערלישקײט פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן משפּחה־שטײגער מצד ייִדישע שרײַבער, האָבן זײ בשתּיקה אָנערקענט, אַז ייִדן זײַנען טאַקע אַנדערש פֿון די אומות־העולם, און דער חילוק שטעקט דװקא אין זײער אײגנאַרטיקער באַציִונג צו סעקסואַליטעט און גענדער.

כּדי צו פּרוּװן איר טעזיס שעפּט פּראָפֿעסאָר זײַדמאַן אירע בײַשפּילן פֿון צװײ מינים ליטעראַרישע װערק, די ייִדישע און העברעיִשע קלאַסיקער, אַזעלכע װי מענדעלע, שלום־עליכם, י. ל. פּרץ, ש. אַנ־סקי, דבֿורה באַראָן, ש. י. עגנון, זכרונות פֿון פּאָלינאַ װענגעראָף, מ. ל. ליליענבלום און אַנדערע, װי אױך פֿון דער מאָדערנער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור אױף ענגליש. זי באַװײַזט, אַז דװקא אַ געװיסע נטיה צו סעקסועלער אױסטערלישקײט, „קװירקײט” בלע״ז, פֿאַרבלײַבט עד־היום אַ װיכטיקער סימן־מובֿהק פֿון דער ליטעראַרישער ייִדישקײט, ניט געקוקט אױף דער סאַטירישער קריטיק פֿון די משׂכּילים און אױף דער אַסימילאַציע אין אַמעריקע. טאַטע־מאַמע, מחותּנים, ייִחוס און שידוך בלײַבן עד־היום קוראַנטע אַרטיקלען אין ייִדישער קולטור. אָבער נאָך מער, קומט זײַדמאַן צום אויספֿיר, „ייִדישע סעקסועלע מאָדערניזירונג האָט זיך אָנגעהױבן מיט דער אײראָפּעיִזירונג, און זיך געענדיקט מיט דער װעלט, װאָס איז געװאָרן (סעקסועל) ייִדיש.” ייִדן האָבן „פֿאַרקװירט” די גאַנצע מערבֿדיקע װעלט.

דער דאָזיקער טעזיס קלינג װי דער פּאָזיטיװער קאָזשעליק פֿון דער טענה פֿון אָטאָ װײנינגער, דעם מחבר פֿונעם שאָקירנדיקן בוך „געשלעכט און כאַראַקטער” (1903). װײַנינגער, אַלײן אַ יונגער ייִדישער סטודענט אין װין, איז געקומען צו אַ מסקנא, אַז די „פֿעמיניזירטע” ייִדן האָבן קאַליע געמאַכט די קריסטלעכע װערטן פֿון גבֿורה און ריטערלעכקײט, װאָס ליגן בסוד פֿון דער מערבֿדיקער ציװיליזאַציע. ער האָט אַפֿילו אָנערקענט זײַן אײגענעם „שולד” און גענומען זײַן לעבן נאָכן אָנשרײַבן זײַן בוך. דאָס בוך האָט גורם געװען אַ סקאַנדאַל און װײַנינגער איז אַרײַן אין דער געשיכטע װי אַ מוסטער פֿון ייִדישער „אַלײן־שׂינאה”.