(די 2 טע זײַט פֿון 2)
רבי עקיבֿא האָט געדינט ווי דער געווער־טרעגער בײַ בר־כּובבֿא, האָפֿנדיק, אַז דער מנהיג פֿונעם מאַסן־אויפֿשטאַנד קעגן די רוימער וועט זיך אַנטפּלעקן ווי דער אמתער מלך־המשיח. ווי עס ווערט דערקלערט אין דער גמרא־מסכתּא „כּתובות‟, טאָרן נישט ייִדן פּראָבירן זיך אויסצולייזן פֿונעם גלות מיט די אייגענע הענט; דער אייבערשטער האָט זיי אײַנגעשוווירן צו בלײַבן אין גלות, כּל־זמן דער אמתער משיח איז נישט געקומען. צוליב דעם טראַגישן טעות, האָבן די רוימער פֿאַרטיליקט אַ ריזיקע צאָל ייִדן ווי אַ שטראָף פֿאַר בר־כּובבֿאס מרידה. רבי עקיבֿא האָט שפּעטער פֿאַרשטאַנען זײַן טעות, הגם די חסידישע צדיקים באַמערקן, אַז אינעם געוויסן זין איז דער גרויסער חכם געווען גערעכט: אין בר־כּוכבֿאס נשמה האָט געברענט אַ פֿינקל משיח, אָבער אין יענער צײַט איז נישט געווען דעם דאָזיקן נשמה־פֿײַער אַנטפּלעקט צו ווערן.
פֿונדעסטוועגן, וואָס שייך די מיתות־בין־דין, די טויט־שטראָפֿן פֿאַר עבֿירות, האָט רבי עקיבֿא זיך געפֿירט ווי אַן עכטער פּאַציפֿיסט אַפֿילו אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע חכמים, וועלכע באַטאָנען, אַז אַ סנהדרין, וואָס פֿאַרמישפּט כאָטש איין מענטש צום טויט במשך פֿון 70 יאָר, באַקומט אַ „בלוטיקע‟ רעפּוטאַציע. רבי עקיבֿא האָט געזאָגט, אַז ווען ער וואָלט געווען צווישן די דיינים אינעם סנהדרין, וואָלט ער קיינמאָל נישט דערלאָזט קיין טויטשטראָף. עס באַקומט זיך, אַז איינער פֿון אונדזערע גרעסטע חכמים, דערצו אַ געוועזענער שותּף און מיטקעמפֿער פֿון אַ מיליטאַנטישן משיחישן אויפֿשטענדלער, האָט געמיינט, אַז די שטראָפֿן אין דער הײַנטיקער פּרשה זאָלן למעשׂה נישט פֿאַרווירקלעכט ווערן.
אויב אַזוי, פֿרעגט זיך פֿאַקטיש די זעלבע קשיא. אין דער הײַנטיקער וועלט האָבן ס׳רובֿ לענדער זיך אָפּגעזאָגט פֿון טויטשטראָפֿן אַפֿילו פֿאַר די בלוטיקסטע פֿאַרברעכנס, שוין אָפּגערעדט פֿאַרן אויפֿצווינגען גײַסטיקע ענינים דורך גוואַלד־מיטלען. הגם ס׳איז זיכער אַ גרויסע עוולה צו פֿאַרשעלטן די טאַטע־מאַמע, וואָלטן מיר נישט געוואָלט לעבן אין אַ געזעלשאַפֿט, וווּ פֿאַר אַזאַ אויפֿפֿיר קאָן מען פֿאַרשטיינערט ווערן.
דעם גאַנץ פּשוטן ענטפֿער אויף דער קשיא געפֿינען מיר אין די ספֿרי־חסידות. הגם אין דער הײַנטיקער וועלט האָבן מיר זיך באַפֿרײַט פֿון דער שקלאַפֿערײַ אינעם קלאַסישן אוראַלטן זין און קעמפֿן ווײַטער קעגן אומגלײַכקייט און עקספּלואַטאַציע, און הגם מיר אַסאָציִיִרן די צוקונפֿטיקע משיחישע תּקופֿה מיט אוטאָפּישע אידעאַלן און נישט מיט האַרבע פֿיזישע שטראָפֿן פֿאַר עבֿירות, קומען אין אונדזערע אייגענע נשמות פֿאָר אַלע סיטואַציעס, וואָס ווערן באַצייכנט אין דער הײַנטיקער פּרשה. למשל, מיר מוז זיך געבן אַן עצה צו פֿאַרשקלאַפֿן אונדזער יצר־הרע און פֿאָרט נישט איבערטרײַבן די מאָס מיטן אַסקעטישן צווינגען זיך אַליין. הגם מיר דאַרפֿן קאָנטראָלירן די שלעכטע נטיות, דאַרף מען באַהאַנדלען אונדזערע אינערלעכע שקלאַפֿן אויף אַ מענטשלעכן אופֿן; דעמאָלט קאָן מען זיי פֿאַרוואַנדלען אין פּאָזיטיווע כּוחות.
דער מאָרד, רויבערײַ, פֿאַרכאַפּונג און אַנדערע גוואַלד־פֿאַרברעכנס קומען אויך פֿאָר כּסדר אין אונדזער לעבן. ווען דער עולם זאָגט, אַז ווען מע פֿאַרנעמט זיך מיט עפּעס נישטיקס, כּדי צו „הרגענען די צײַט‟, וואָלט געווען ריכטיקער צו זאָגן פֿאַרקערט, אַז די געפּטרטע צײַט הרגעט אונדז, נעבעך, ביסלעכווײַז. צומאָל איז גענוג צו טאַדלען דעם יצר־הרע; אין געוויסע פֿאַלן מוז מען אָבער נעמען אַ „שווערד‟ און אויסהאַקן די שעדלעכע פּוסטע געוווינטשאַפֿט.
אַפֿילו אַזאַ אויסטערלישע עבֿירה, במחילה, ווי דער „משכּבֿ בהמה‟ — אינטימע באַציִונגען מיט אַ חיה — בלײַבט אַקטועל אינעם אינערלעכן זין. אויב עמעצער פֿירט זיך צומאָל אויף, חלילה, ווי אַ חזיר אָדער אַ כּלבֿ, מוז מען אָנערקערן דעם אייגענעם חסרון, אַנשטאָט צו „פֿאַרליבן זיך‟ דערין און שטאָלצירן דערמיט. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָן מען גרינג אָפּטײַטשן אַלע אַנדערע מעשׁים און אונדזער פּרשה אויף אַזאַ פּסיכאָלאָגישן אופֿן, כּדי זיך אויסצולערנען צו קאָנטראָלירן אונדזערע כּוחות און בעסער מקיים זײַן די דערמאָנטע ריין־גײַסטיקע מיצווה — צו דאַוונען מיט כּוונה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.