(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין בוט, מאָנטאַנע, פּרובירט נענסי אויער, די פּרעזידענטקע (און אויך די וואָס פֿירט אָן מיטן שבת־דאַוונען) צו ראַטעווען די פּרעכטיקע היסטאָרישע שיל „בני־ישׂראל” (געגרינדעט אין 1903) ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זי קען זעלטן־ווען צוזאַמענקלײַבן אַ מנין. מע זעט ווי אויער פֿאָרט 150 מײַל אַוועק בלויז בײַצײַזײַן אויף אַ זיצונג פֿון דער נאָענטסער „חדסה”־גרופּע און ווי זי פּרוּווט, אָן קיין דערפֿאָלג, צו פֿאַראינטערעסירן ייִדן אין איר שיל. בעת זי ווערט וואָס אַ מאָל קראַנקער פֿון ערנסטע קאָפּווייטיקן און קען מער ניט אָנפֿירן מיט דער שיל, ווערט עס קלאָר, אַז אָן איר האָרעוואַניע וועט די שיל מסתּמא באַלד שליסן אירע טירן.
אין דאָטען, אַלאַבאַמע, שילדערט דער פֿילם די איינציקע קהילה וווּ ס׳איז דאָ כאָטש אַ ביסל האָפֿענונג אויף אַ ייִדישער צוקונפֿט. אין דער שטאָט פֿון 65,000 מענטשן (בתוכם 150 ייִדן), באַקאַנט פֿאַר איר יערלעכן „נאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון רבי־ניסלעך”, וווינט אַ מיליאָנער — לאַרי בלומבערג — וואָס האָט געשאָנקען אַ מיליאָן דאָלאַר צו באַצאָלן ייִדישע משפּחות פֿון איבער גאַנץ אַמעריקע צו קומען זיך באַזעצן אין זײַן היימשטאָט. דער פֿילם ווײַזט ווי אַ לאָס־אַנדזשעלעסער פּאָרפֿאָלק, טערענץ און קערין אַרענסאָן, באַנאַנד מיט זייער טעכטערל עמילי, באַזוכן דאָס שטעטל נאָכן הערן, אַז מע וועט זיי באַצאָלן $50,000 זיך צו באַזעצן דאָרטן און זיי העלפֿן געפֿינען אַרבעט.
כאָטש דער פֿילם פֿאַרמאָגט עטלעכע רירנדיקע מאָמענטן, בפֿרט ווען מע זעט ווי מענטשן הייבן אָן אײַנזען, אַז זיי וועלן ניט קענען ראַטעווען זייערע שילן און שיקן דערפֿאַר אַוועק זייערע ספֿרי־תּורות, דאָקומענטן און אַנדערע וויכטיקע חפֿצים, פֿאַרמאָגט דער פֿילם, צום באַדויערן, ניט קיין שום קאָנטעקסט וואָס זאָל העלפֿן, אַז דער צוקוקער זאָל פֿאַרשטיין וואָס עס קומט דאָ פֿאָר.
מע ווײַזט יאָ ווי צוויי גאָר אַלטע ייִדן אין בוט, מאָנטאַנע, זינגען צוזאַמען „די גרינע קוזינע”. אין לאַטראָב, פּענסילוואַניע, ווײַזט מען די סאַמע לעצטע ייִדישע קלייט, און מע גיט די אייגנטימערין דאָס וואָרט, זי זאָל דערקלערן, אַז אַמאָל זענען ס׳רובֿ קראָמען אויף דער גאַס געווען ייִדישע. אין לאַרעדאָ זעט מען אַ ריזיקע ייִדישן בית־עולם מיט איבער אַ טויזנט גוט־אָפּגעהיטענע קבֿרים.
די־אָ מאָמענטן גיבן אָנצוהערן אַז ס׳איז אַמאָל געווען אַ פֿילפֿאַרביק ייִדיש לעבן אין די דאָזיקע פֿאַרוואָרפֿנטע ערטער, אָבער די רעזשיסאָרן האָבן בכלל ניט דערציילט וועגן די געשיכטעס פֿון די דאָזיקע קהילות אָדער דערקלערט וואָס איז מיט זיי געשען. צי האָבן די ייִדן אין בוט אַמאָל גערעדט ייִדיש? צי זענען די ייִדישע קרעמער אין לאַטראָב אַוועקגעפֿאָרן צוליב ענדערונגען אין דער אָרטיקער עקאָנאָמיע? צי איז די הײַנטיקע יונגע־לײַט פּשוט נימאס געוואָרן דאָס לעבן אין אַזעלכע קליינטשיקע שטעטלעך אויף אַזוי ווײַט אַז זיי זענען אַוועקגעפֿאָרן אויף אייביק? צי זענען די עקאָנאָמישע פֿאַקטאָרן וואָס האָבן שווער געמאַכט דאָס לעבן פֿון מענטשן אין מיטל־אַמעריקע די זעלביקע, וואָס האָבן חרובֿ־געמאַכט דאָס אָרטיקע ייִדישע לעבן? אָדער צי האָבן די ייִדן געליטן פֿון אייגנאַרטיקע פּראָבלעמען, וואָס האָבן ווייניק וואָס געשטערט זייערע גוייִשע שכנים?
אָן דעם דאָזיקן קאָנטעקסט בלײַבט איבער בלויז אַ לאַנגווײַליקער פּאָרטרעט פֿון נעבעכדיקע ייִדישע קהילות. כאָטש מע קען מיטפֿילן מיט די העלדן פֿונעם פֿילם, זענען זיי פּשוט ניט גענוג אינטערעסאַנט אָדער עמאָציאָנעל צוטריטלעך, כּדי אויפֿצוהאַלטן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם פֿון 90 מינוט. הלוואי וואָלטן די רעזשיסאָרן פֿאָקוסירט זייער לינדז אויף בלויז איין אָדער צוויי קהילות, וואָלט געווען אַנדערש. ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן וואָס וועלן זען דעם פֿילם וועלן פּשוט ניט פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס עס גייט די אײַנוווינער פֿון די שטעטלעך אַזוי אָן, אַז זייערע שילן זאָלן זיך ניט שליסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.