(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דאָ רעד איך נישט וועגן די חסידישע אײַנוווינער פֿון ישׂראל בײַ וועמען ייִדיש איז די שפּראַך פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן, נאָר דווקא וועגן די סעקולערע און „מסורתי” (טראַדיציאָנעלע) ייִדן אין תּל־אָבֿיבֿ. מײַן השערה איז, אַז אַ סך פֿון די מיטל־יאָריקע ייִדיש־רעדער זענען קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה, אָדער זענען אַליין געבוירן געוואָרן אין „די־פּי”־לאַגער; אַנדערע האָבן אפֿשר עולה געווען פֿון בוענאָס־אײַרעס, מאָנטרעאָל אָדער אַנדערע ערטער מיט אַ גרויסער ייִדיש־רעדנדיקער באַפֿעלקערונג. דערפֿאַר קענען זיי ייִדיש, אָבער — ווי דער ייִד וואָס האָט 30 יאָר לאַנג נישט גערעדט קיין ייִדיש — קיין געלעגנהייט עס צו רעדן האָבן זיי נישט, בפֿרט אויב באָבע־זיידע און די אַנדערע עלטערע קרובֿים לעבן שוין נישט מער.
אַגבֿ, אין ירושלים האָט נפֿתּלי אויך אַנטדעקט סעקולערע ייִדיש־רעדער, אָבער פֿון גאָר אַן אַנדער סאָרט. אַ חבֿר האָט אים פֿאַרבעטן אויף אַ שבת־וועטשערע פֿאַר „אָפּגעפֿאָרענע” חסידישע משפּחות. בעת דעם מאָלצײַט האָבן די עלטערן געשמועסט, געלאַכט און גערייכערט פּאַפּיראָסן (קיין שבת היטן זיי דאָך מער נישט) בעת אין דרויסן האָבן קינדער אָן פּאות זיך געשמאַק געשפּילט אויף ייִדיש! איין יונג פּאָרפֿאָלק האָט דערציילט נפֿתּלין, אַז כאָטש זיי זענען מער נישט פֿרום, רעדן זיי ווײַטער ייִדיש צווישן זיך און מיט די קינדער, ווײַל ייִדיש איז זיי אַ סך היימישער איידער העברעיִש.
נעמענדיק אין באַטראַכט אַז נפֿתּלי האָט, אָן שום שוועריקייטן, אַנטדעקט כּמעט צען ייִדיש־רעדער פּשוט דורכן אָנהייבן אַ שמועס מיט זיי אויף ייִדיש, קען מען רויִק אויספֿירן, אַז עס זענען מסתּמא דאָ אַ סך מער באַהאַלטענע ייִדיש־רעדער אין דער ייִדישער מדינה. און אויב די אָ ייִדן גייען נישט אויף קיין ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען אָדער קלאַסן אין „בית־לייוויק”, „יונג ייִדיש” אָדער „בית־שלום־עליכם”, האָבן זיי טאַקע נישט קיין געלעגנהייט צו הערן אָדער שמועסן אויף ייִדיש.
שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי קען מען זיי צוציִען? צי ווייסן זיי בכלל אַז עס זענען דאָ אין תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים פֿאַרשידענע אונטערנעמונגען אויף ייִדיש?
אפֿשר יאָ — און אפֿשר נישט. ס׳איז זייער מעגלעך, אַז דאָס זענען ייִדן וואָס וואָלטן סײַ ווי נישט געגאַנגען אויף קיין קולטורעלע אונטערנעמונגען, אָבער ווען מע וואָלט, למשל, דורכגעפֿירט אַ ייִדיש־פֿעסטיוואַל אויף אַ הויפּטגאַס פֿון תּל־אָבֿיבֿ, וווּ מע שפּילט ייִדישע לידער, מע פֿאַרקויפֿט העמדער מיט ייִדישע אויפֿשריפֿטן און מע באַגריסט די פֿאַרבײַגייער אויף ייִדיש, אפֿשר וואָלטן געוויסע פֿון זיי זיך טאַקע צערעדט אויף ייִדיש. כאָטש אַזאַ פֿעסטיוואַל וועט לאַוו־דווקא צוציִען מער מענטשן צו די ייִדישע אונטערנעמונגען, וואָלט עס אָבער יאָ געווען אַ שיינע רעקלאַמע פֿאַר ייִדיש אין ישׂראל.
פֿון מײַן דערפֿאַרונג, האַלטן אַ סך ישׂראלים עד־היום אַז די איינציקע ייִדיש־רעדער אין ישׂראל זענען די חסידים און אַלטע ייִדן. אָבער ווי נפֿתּלי האָט אויף אַ באַשיידענעם אופֿן באַוויזן, זענען אויך דאָ אַ סך ישׂראלים אין די 50ער און 60ער, וואָס קענען ייִדיש און זענען גרייט עס צו רעדן. אַלץ וואָס זיי דאַרפֿן איז, אַז עמעצער זאָל צוגיין און פֿרעגן, פּראָסט־און־פּשוט: „אַנטשולדיקט, איר רעדט ייִדיש?”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.