אַ פֿרישע אויסטײַטשונג פֿון גאָלדפֿאַדענס „צוויי קוני לעמל”

A New Interpretation of Goldfaden's "Two Kuni Lemels"

דער רעזשיסאָר אַלכּסנדר האַוזפֿאַטער מיט די אַקטיאָרן טרייסי אַבראַמאָוויץ, יעקבֿ בודו און אַמיתי קדר, בעת אַ רעפּעטיציע פֿון „די צוויי קוני־לעמל” בײַם „ייִדישפּיל”, פֿעברואַר 2017
Yiddishpiel
דער רעזשיסאָר אַלכּסנדר האַוזפֿאַטער מיט די אַקטיאָרן טרייסי אַבראַמאָוויץ, יעקבֿ בודו און אַמיתי קדר, בעת אַ רעפּעטיציע פֿון „די צוויי קוני־לעמל” בײַם „ייִדישפּיל”, פֿעברואַר 2017

פֿון דניאל גלאַי

Published March 03, 2017, issue of March 29, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

כאָטש אַלכּסנדר האָט ניט ווייניק קריטיק קעגן דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט, שטרײַכט ער אונטער, אַז אין אויסלאַנד, ווען ער הערט די עקסטרעמיסטיש־נעגאַטיווע שטעלונגען צו דער ייִדישער מדינה, פֿאַרטיידיקט ער ישׂראל כּסדר. ער פֿילט אַזאַ פֿליכט. בשעת זײַן וויזיט אין ישׂראל דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש איז מיר אויסגעקומען צו הערן זײַן פֿאַרכאַפּנדיקן רעפֿעראַט געווידמעט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וואָס ער האָט אָפּגעהאַלטן אינעם רומענישון קולטור־צענטער אין תּּל־אָבֿיבֿ.

דער שלאַנקער, ברייט־פּלייציקער מאַן, מיט פּעך־שוואַרצע לאָקן האָט דערציילט וועגן דער גרינדונג פֿון ייִדישן טעאַטער אין אַ טאָטאַלן נײַעם אופֿן ווי מע האָט ביז איצט געטאָן. אַלכּסנדר האַוזפֿאַטער האָט באַצייכנט גאָלדפֿאַדען ווי דער „שעקספּיר פֿון ייִדישן טעאַטער“. אין זײַן רעפֿעראַט האָט ער זיך ספּעציעל אָפּגעשטעלט אויף גאָלדפֿאַדענס פּעדאַגאָגישן צוגאַנג, וועלכער האָט געפּרעדיקט, ּאַז טעאַטער איז ניט נאָר אַ פֿאַרווײַלונג, נאָר אויך אַ קונסטפֿאָרעם, וואָס קאָן אַנטוויקלען הומאַניסטישע געפֿילן בײַם פּובליקום און טראָגן אַן אוניווערסאַלן באַדײַט.

דער לעקטאָר האָט אויך באַטאָנט די אימפּראָוויזאַציע־טעכניק מיט וועלכער גאָלדפֿאַדען האָט זיך באַנוצט. צוליב דעם וואָס ס’איז פֿאַר גאָלדפֿאַדען ניט געווען קיין מוסטער ווי צו בויען אַן אייגנאַרטיקן ייִדישן טעאַטער, האָט ער געפּרוּווט זיך באַקענען מיט דער פֿאָלקס־שפּראַך פֿון זײַנע אַקטיאָרן (וואָס אין אָנהייב זענען זיי געווען נאָר מענער, וועלכע האָבן אויך געשפּילט די פֿרויען־ראָלעס).

די באַגריפֿן פֿון סצענאָגראַפֿיע און קליידונג האָבן בײַ גאָלדפֿאַדען געמוזט זײַן נײַע, אָן קיין רעאַליסטישע נטיה; האָט ער דעריבער זיך געלאָזט פֿירן דורך זײַן פֿאַנטאַזיע. און ס׳איז איבעריק צו זאָגן אַז אַלכּסנדר האַוזפֿאַטער שטיצט זיך אויף אַזעלכע יסודות, כּדי צו אַנטווילקען זײַן אייגענע טעאַטער־וועלט. דער עולם וואָס באַזוכט דעם ייִדיש־טעאַטער דערוואַרט דאָך צו הערן און זען אַן ענלעכן ספּעקטאַקל צו דעם צו וועלכן ער איז שוין צוגעוווינט. איבערהויפּט קומט צום געדאַנק מײַק בורשטיינס קולטפֿילם „צוויי קוני לעמל“ מיט משה סחרס קופּלעטן, וואָס איז אַזוי שטאַרק אײַנגעקריצט אין קאָלעקטיוון זכּרון. ווען איך האָב אים דערמאָנט אַזאַ פֿאַקט, האָט האַוזפֿאַטערס געענטפֿערט: „מײַן אינטערפּרעטאַציע פֿון ׳צוויי קוני לעמל׳ איז דווקא אַ סך נענטער צום אָריגינאַל ווי דאָס וואָס דער עולם איז צוגעוווינט.“ 

און אויב ס׳פּובליקום וועט אַרויס אַנטוישט אָדער ניט קומען צו דער פֿאָרשטעלונג? „מיך אַרט עס ניט. דער עיקר איז, אַז כ׳האָב אויסגעדריקט מײַן עסטעטיק און קינסטלערישן אני מאַמין,“ האָט ער געזאָגט.

אין דער אמתן וויל דער אינאָוואַטאָרישער רעזשיסער אַז עס זאָל קומען צו דער פּיעסע אַ נײַער עולם פֿון יונגע מענטשן וועלכע האָבן נישט קיין דערוואַרטונגען, און אַז רעזשיסערן וועלכע אַרבעטן אין העברעיִשן טעאַטער זאָלן קומען דאָס מאָל צום „ייִדישפּיל“ עפּעס זיך אָפּצולערנען.